ייִדישע באַאַמטע
«אַ מעשׂה װאָס האָט זיך אין אַ קלײן שטעטל פֿאַרלאָפֿן»
וַיִּגְזֹר עַל־יָמִין וְרָעֵב
וַיֹּאכַל עַל־שְׂמֹאול וְלֹא שָׂבֵעוּ
אִישׁ בְּשַׂר־זְרֹעוֹ יֹאכֵלוּ
(ישעיה ט′, י″ט)
[און מע רײַסט רעכטס, און בלײַבט הונגעריק, און מע עסט לינקס, און װערט ניט זאַט; זײ עסן איטלעכער דאָס פֿלײש פֿון זײַן אָרעם ― יהואַש]
1
בײַ דער נאַכט אין אַ װינט, אין אַ ברענענדיקן פֿראָסט
איז אַ ייִדל געשװינד, די פּאָלעס צעלאָזט,
מיט אַ זאַק אין די הענט, אָן אַ נשמה געלאָפֿן,
װי װײַט ער האָט געקענט, ― װאָס האָט זיך דאָ געטראָפֿן?...
דעם װאַסער־פֿירער מיכל, פֿון דער „ייִדישער גאַס“
קען דאָך גאַנץ קהל, מיט זײַן פֿערדל, זײַן פֿאַס;
אױפֿן „הײליקן אָרט“, װיל מען ניט באַהאַלטן
זײַן פֿאָטער; מען האָט אים דאָרט אַ טאָג אָפּגעהאַלטן...
פֿון האָבער אַ זאַק האָט מיכל געכאַפּט,
און האָט אַהין געפּאַקט װאָס ער האָט דערטאַפּט:
אַ קאָלדרע, צװײ ציכלעך ― כּלה־מתּנות,
אַ סידור, דרײַ ביכלעך ― דעם חתנס שלח־מנות,
אַ מחזור, צװײ סליחות, אַ תּהילים אױף טײַטש,
אַ פֿיר אַלטע לוחות, אַ שפּאָגל־נײַע בײַטש,
דאָס ביסעלע גרעט, צוזאַמען מיטן קיטל
(ניט לאַנג געקאָסט בלוט!), דאָס שבתדיקע היטל,
אַ קאַפּאָטע אַ צעריסענע, אַ יופּע מיט לאַטעס,
|
|
yidishe baamte
«a mayse vos hot zikh in a kleyn shtetl farlofn»
u�i��g�z^oyr e�l-i�m�in u�r�e�b
u�i�^oy#kh�l e�l-Q�m^oy#ul u�l^oy# Q�b�eu
#�ishׁ b��Q�r-z�r^oyeu^oy i^oy#kh�lu
(isheyh t′, i″t)
[un me rayst rekhts, un blaybt hungerik, un me est links, un
vert nit zat; zey esn itlekher dos fleysh fun zayn orem ― Yehoyesh]
1
bay der nakht in a vint, in a brenendikn frost
iz a yidl geshvind, di poles tselozt,
mit a zak in di hent, on a neshome gelofn,
vi vayt er hot gekent, ― vos hot zikh do getrofn?...
dem vaser-firer mikhl, fun der "yidisher gas''
ken dokh gants kool, mit zayn ferdl, zayn fas;
oyfn "heylikn ort'', vil men nit bahaltn
zayn foter; men hot im dort a tog opgehaltn...
fun hober a zak hot mikhl gekhapt,
un hot ahin gepakt vos er hot dertapt:
a koldre, tsvey tsikhlekh ― Klh-matones,
a sider, dray bikhlekh ― dem khosns shlH-mones,
a makhzer, tsvey slikhes, a tilem oyf taytsh,
a fir alte lukhes, a shpogl-naye baytsh,
dos bisele gret, tsuzamen mitn kitl
(nit lang gekost blut!), dos shabesdike hitl,
a kapote a tserisene, a yupe mit lates,