דער אױפֿגעקומענער גבֿיר
מאַרקוס זעליקמאַן איז אױסגעװאַקסן בײַ גאַנץ אָרעמע עלטערן; דער
פֿאָטער איז געװען אַ שטיקל סוחר, אַ מאָל אַ פֿאַקטאָר, און האָט געלעבט אין
גרױס דחקות מיט אַ פֿאַמיליע פֿון צװעלף פֿאַרשױן.
דער ייִנגסטער מאָטעלע (שפּעטער „מאַרקוס“) געדענקט דעם פֿאָטער, װען ער
איז שױן געװען אַלט און קראַנק; די עלטערע קינדער זײַנען זיך צעקראָכן אױף
דער װעלט. מאָטל איז איבערגעבליבן אַלײן בײַ די עלטערן.
דער לעצטער אָרעמער מאַן בײַ ייִדן װעט זײַן קינד ניט מאַכן פֿאַר קײן
בעל־מלאָכה; אַפֿילו דער בעל־מלאָכה אַלײן װיל ניט אַז זײַנע קינדער זאָלן זײַן
בעלי־מלאָכות. װי אַזױ דער פֿאָטער האָט זיך געמוטשעט, נאָר מאָטל איז
געגאַנגען אין חדר.
פֿון קלײנערהײט אָן האָט ער ליב געהאַט אַלעס צו באַמערקן און צו
באַקלערן. צום אַלעם ערשטן האָט ער זיך געװוּנדערט, װאָס צװישן די
תּלמידים זײַנען געװען: טײַערע און װאָלװעלע, ציטערדיקע
און פֿאַרװאָגלטע.
צום מײנסטן האָט אים פֿאַרדראָסן אױף אײן תּלמיד „משהלע“, אױף
װעלכן דער רבי מיט די תּלמידים האָבן כּבֿוד געלײגט: משהלע האָט געהאַט
אַ נײַעם סידור, אַ שײנעם חומש, פֿײַנע קלײדער. און די רביצין האָט צוליב
אים געבראָטן לעבערלעך מיט פּופּקעלעך; מיט אים האָט מען װײניקער
געלערנט װי מיט די איבעריקע תּלמידים.
אַז דער רבי איז געקומען פֿונעם דאַװנען און האָט געטראָפֿן דעם חדר
איבערגעקערט מיט די פֿיס אַרױף, האָט ער אַלע תּלמידים געשמיסן, נאָר
משהלען האָט ער געזאָגט מיט אַ שמײכעלע:
― נו? װײַסע־חבֿרהניק? דו ביסט דאָך געװיס געזעסן װי אַ
|
|
der oyfgekumener gevir
markus zelikman iz oysgevaksn bay gants oreme eltern; der
foter iz geven a shtikl soykher, a mol a faktor, un hot gelebt in
groys dakhkes mit a familye fun tsvelf farshoyn.
der yingster motele (shpeter "markus'') gedenkt dem foter, ven er
iz shoyn geven alt un krank; di eltere kinder zaynen zikh tsekrokhn oyf
der velt. motl iz ibergeblibn aleyn bay di eltern.
der letster oremer man bay yidn vet zayn kind nit makhn far keyn
balmelokhe; afile der balmelokhe aleyn vil nit az zayne kinder zoln zayn
beli-melokhes. vi azoy der foter hot zikh gemutshet, nor motl iz
gegangen in kheyder.
fun kleynerhayt on hot er lib gehat ales tsu bamerkn un tsu
baklern. tsum alem ershtn hot er zikh gevundert, vos tsvishn di
talmidem zaynen geven: tayere un volvele, tsiterdike
un farvoglte.
tsum meynstn hot im fardrosn oyf eyn talmed "mshhle'', oyf
velkhn der rebi mit di talmidem hobn koved geleygt: mshhle hot gehat
a nayem sider, a sheynem khumesh, fayne kleyder. un di rebitsin hot tsulib
im gebrotn leberlekh mit pupkelekh; mit im hot men veyniker
gelernt vi mit di iberike talmidem.
az der rebi iz gekumen funem davnen un hot getrofn dem kheyder
ibergekert mit di fis aroyf, hot er ale talmidem geshmisn, nor
mshhlen hot er gezogt mit a shmeykhele:
― nu? vayse-khevrenik? du bist dokh gevis gezesn vi a
|
דער אױפֿגעקומענער גבֿיר
מאַרקוס זעליקמאַן איז אױסגעװאַקסן בײַ גאַנץ אָרעמע עלטערן; דער
פֿאָטער איז געװען אַ שטיקל סוחר, אַ מאָל אַ פֿאַקטאָר, און האָט געלעבט אין
גרױס דחקות מיט אַ פֿאַמיליע פֿון צװעלף פֿאַרשױן.
דער ייִנגסטער מאָטעלע (שפּעטער „מאַרקוס“) געדענקט דעם פֿאָטער, װען ער
איז שױן געװען אַלט און קראַנק; די עלטערע קינדער זײַנען זיך צעקראָכן אױף
דער װעלט. מאָטל איז איבערגעבליבן אַלײן בײַ די עלטערן.
דער לעצטער אָרעמער מאַן בײַ ייִדן װעט זײַן קינד ניט מאַכן פֿאַר קײן
בעל־מלאָכה; אַפֿילו דער בעל־מלאָכה אַלײן װיל ניט אַז זײַנע קינדער זאָלן זײַן
בעלי־מלאָכות. װי אַזױ דער פֿאָטער האָט זיך געמוטשעט, נאָר מאָטל איז
געגאַנגען אין חדר.
פֿון קלײנערהײט אָן האָט ער ליב געהאַט אַלעס צו באַמערקן און צו
באַקלערן. צום אַלעם ערשטן האָט ער זיך געװוּנדערט, װאָס צװישן די
תּלמידים זײַנען געװען: <<טײַערע>> און <<װאָלװעלע>>, <<ציטערדיקע>>
און <<פֿאַרװאָגלטע>>.