אַ געבענטשט לאַנד
«אַ בריװ פֿון מנחם-מענדלען פֿון אַמעריקע, צום דרוקן
איבערגעגעבן פֿון שלום-עליכם»
סער שלום-עליכם!
אָלרײַט, האָט קײן פֿאַראיבל ניט, װאָס איך שרײַב אײַך אַזױ
כאַפּנדיק ― אַמעריקע איז ניט יעהופּעץ. דאָ האָבן אַלע קײן צײַט
ניט ― „טײַם איס מאָנע [time is money: צײַט איז געלט]“
― אַזױ זאָגט דער אַמעריקאַנער. דער
פּשט איז ― אַ רענדל אַ מינוט! איטלעכער איז דאָ פֿאַרנומען,
און נאָר מיט זיך. מע האָט קײן צײַט ניט אַרומקוקן זיך אױף
יענעם ― יענער מעג זיך אױסציִען אינמיטן גאַס, װעט אים
קײנער ניט זאַטשעפּען, „העלפּט־יור־סעלף [help yourself: העלפֿט זיך אַלײן]“
― זאָגט דער אַמעריקאַנער.
דער פּשט איז ― איטלעכער פֿאַר זיך. קריך פֿון דער הױט, אַקער
מיטן נאָז די ערד, רײַס זיך אײַן דאָס געזונט, גײ מיטן קאָפּ אַראָפּ,
מיט די פֿיס אַרױף ― װעמעס עסק איז דאָס? אַ געבענטשט
לאַנד! מע האָרעװעט און מע װערט פֿאַרשװאַרצט און מע „מעק
אַ ליװענג [make a living]“, דאָס הײסט, געמאַכט אַ לעבן. איטלעכער מאַכט אַ
לעבן, און איך אױך בתוכם. װעט איר דאָך פֿרעגן: װאָס
הײסט „מע מאַכט אַ לעבן“? באַדאַרף מען אײַך דערצײלן
אַקוראַט פֿון אָנהײב ביז סוף, װי אַזױ עס האָט דאָ מיט מיר פּאַסירט,
װעט איר פֿאַרשטײן, װאָס באַטײַט אַ געבענטשט לאַנד אַמעריקע.
|
|
a gebentsht land
«a briv fun mnHm-mendlen fun amerike, tsum drukn
ibergegebn fun shlum-elikhm»
ser shlum-elikhm!
olrayt, hot keyn faribl nit, vos ikh shrayb aykh azoy
khapndik ― amerike iz nit yehupets. do hobn ale keyn tsayt
nit ― "taym is mone [time is money: tsayt iz gelt]''
― azoy zogt der amerikaner. der
pshat iz ― a rendl a minut! itlekher iz do farnumen,
un nor mit zikh. me hot keyn tsayt nit arumkukn zikh oyf
yenem ― yener meg zikh oystsien inmitn gas, vet im
keyner nit zatshepen, "helpt-yur-self [help yourself: helft zikh aleyn]''
― zogt der amerikaner.
der pshat iz ― itlekher far zikh. krikh fun der hoyt, aker
mitn noz di erd, rays zikh ayn dos gezunt, gey mitn kop arop,
mit di fis aroyf ― vemes eysek iz dos? a gebentsht
land! me horevet un me vert farshvartst un me "mek
a liveng [make a living]'', dos heyst, gemakht a lebn. itlekher makht a
lebn, un ikh oykh besoykhem. vet ir dokh fregn: vos
heyst "me makht a lebn''? badarf men aykh dertseyln
akurat fun onheyb biz suf, vi azoy es hot do mit mir pasirt,
vet ir farshteyn, vos batayt a gebentsht land amerike.