קײן אַמעריקע
«צװײ לעצטע בריװ פֿון מנחם־מענדלען, איבערגעגעבן צום דרוק פֿון
שלום־עליכם»
1
לכּבֿוד ידידי היקר הנגיד המפֿורסם וכ′ מוהר″ר
שלום־עליכם נ″י.
ראשית בין איך אײַך מודיע, אַז איך בין, ברוך־השם,
בקװ־החײם־והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן,
מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דעם אַנדערן גאָר גוטס מיט
בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.
והשנית, הני זײַט װיסן, אַז איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן
דאָס שרײַבן. ס'איז ניט קײן געשעפֿט. דאָס הײסט, אַ געשעפֿט
איז דאָס, נאָר ניט פֿאַר מיר. דאָס הײסט, עס װאָלט פֿאַר מיר
אפֿשר יאָ געװען אַ געשעפֿט, און דװקא נישקשה פֿון אַ
געשעפֿט, איז דער חסרון, װאָס זײ װילן מיך ניט דרוקן. זײ
שרײַבן מיר פֿון דער רעדאַקציע און בעטן מיך, איך זאָל זײ
אױפֿהערן שרײַבן, מחמת איך האָב זיך שױן, זאָגן זײ,
צו פֿיל צעשריבן. זײ האָבן ניט, זאָגן זײ, אַזױ פֿיל צײַט און
אַזױ פֿיל כּוחות אױף צו לײענען אַלע מײַנע באַשרײַבעכצן, װאָס
|
|
keyn amerike
«tsvey letste briv fun mnHm-mendlen, ibergegebn tsum druk fun
shlum-elikhm»
1
lekoved ididi hikr hngid hmfursm ukh′ muhr″r
shlum-elikhm n″i.
reyshes bin ikh aykh moydiye, az ikh bin, brukh-hshm,
bkv-hHeym-uhsholem, hshm-yisborekh zol helfn,
me zol tomed horkhn eyns fun dem andern gor guts mit
bsures-tuBuT, yeshues-unHmuT ― omeyn.
vehasheynes, hiney zayt visn, az ikh hob avekgevorfn
dos shraybn. s'iz nit keyn gesheft. dos heyst, a gesheft
iz dos, nor nit far mir. dos heyst, es volt far mir
efsher yo geven a gesheft, un davke nishkshh fun a
gesheft, iz der khesorn, vos zey viln mikh nit drukn. zey
shraybn mir fun der redaktsye un betn mikh, ikh zol zey
oyfhern shraybn, makhmes ikh hob zikh shoyn, zogn zey,
tsu fil tseshribn. zey hobn nit, zogn zey, azoy fil tsayt un
azoy fil koykhes oyf tsu leyenen ale mayne bashraybekhtsn, vos
|
קײן אַמעריקע
«צװײ לעצטע בריװ פֿון מנחם־מענדלען, איבערגעגעבן צום דרוק פֿון
שלום־עליכם»
1
לכּבֿוד ידידי היקר הנגיד המפֿורסם וכ′ מוהר″ר
שלום־עליכם נ″י.
<<ראשית>> בין איך אײַך מודיע, אַז איך בין, ברוך־השם,
בקװ־החײם־והשלום, השם־יתברך זאָל העלפֿן,
מע זאָל תּמיד האָרכן אײנס פֿון דעם אַנדערן גאָר גוטס מיט
בשׂורות־טובֿות, ישועות־ונחמות ― אָמן.
<<והשנית>>, הני זײַט װיסן, אַז איך האָב אַװעקגעװאָרפֿן