אַרױף און אַראָפּ
― איך זיץ און קוק און הער, װי איר דיסקוטירט און זײַנט
זיך מתפּלפּל, און בוצקעט זיך אײנס דאָס אַנדערע מיט דער
פּראָבלעם: „מזל“, „מזל“. װײסט איר װאָס הײסט מזל?
פֿרעגט מיך, װעל איך אײַך זאָגן, װאָס איז מזל.
אַז איך בין געװען אַ יונגערמאַן, בין איך אַרײַן אין דער
געשעפֿטװעלט, װי אײַך אין באַװוּסט, און באַלד האָט זיך דאָס
רעדל אַ דרײ געטאָן אױף אַראָפּ. ס'האָט מיר אױפֿגעהערט צו שפּילן
דאָס גליק. און װי באַלד ס'איז לײדיק געװאָרן דאָס בײַטעלע,
זײַנען זיך גיך צעקראָכן אַלע מײַנע פֿרײַנט. כ'בין געשטראָפֿט
געװאָרן מיט אױסטערלישע שלעק, מיט פּלאָגן און יסורים,
רדיפֿות און מסירות, מיט כּל־המיני בײזע װײטיקן, און כּל־המיני
שטרױכלונגען, און כּל־המיני פּורעניות, װאָס ס'איז נאָר דאָ אױף
דער װעלט.
הקיצור, כ'בין געװאָרן, לא־עליכם, אַ יורד. געװאָרן אַ
יורד, האָב איך אָנגעהױבן צו טראַכטן שלעכטע מחשבֿות
װעגן דעם אױבערשטנס פֿירונג, און אַװעקלײגן טענות פֿאַר זײַן
כּסא־הכּבֿוד; פֿאַרװאָס איז דעם צדיק שלעכט, און דעם
רשע גוט? פֿאַרװאָס איז די קלוגשאַפֿט פֿונעם אָרעמאַן מבֿוזה,
און די טיפּשות פֿון די רשעים איז גערימט? פֿאַרװאָס װערט דער
|
|
aroyf un arop
― ikh zits un kuk un her, vi ir diskutirt un zaynt
zikh mTplpl, un butsket zikh eyns dos andere mit der
problem: "mazl'', "mazl''. veyst ir vos heyst mazl?
fregt mikh, vel ikh aykh zogn, vos iz mazl.
az ikh bin geven a yungerman, bin ikh arayn in der
gesheftvelt, vi aykh in bavust, un bald hot zikh dos
redl a drey geton oyf arop. s'hot mir oyfgehert tsu shpiln
dos glik. un vi bald s'iz leydik gevorn dos baytele,
zaynen zikh gikh tsekrokhn ale mayne fraynt. kh'bin geshtroft
gevorn mit oysterlishe shlek, mit plogn un yesurem,
redifes un mesires, mit Kl-hminey beyze veytikn, un Kl-hminey
shtroykhlungen, un Kl-hminey puronyes, vos s'iz nor do oyf
der velt.
hakitser, kh'bin gevorn, l#-elikhm, a yoyred. gevorn a
yoyred, hob ikh ongehoybn tsu trakhtn shlekhte makhshoves
vegn dem oybershtns firung, un avekleygn taynes far zayn
kiseyhakoved; farvos iz dem tsadik shlekht, un dem
roshe gut? farvos iz di klugshaft funem oreman mBuzh,
un di tipshes fun di reshoyem iz gerimt? farvos vert der