װער װײסט?
«אַ ראָמאַן אין צװײ טײלן»
ערשטע טײל
1
«װער איז דאָס פּאָרל?»
אין אַ שײנעם װאַרעמען זומערטאָג איז צוגעפֿאָרן צו דער
געלער אַכסניא, װאָס אין יאַמפּעלע, אַ מאַזעפּעװקער
בעל־עגלה מיט אַ גרױסער בױד, װי אַ סוכּה, איבערגעצױגן מיט
לײַװנט, געבונדן מיט שטריקלעך און געקאָװעט מיט אײַזן, מיט
אַ סך גלעקלעך און באָמבלעך, אַזױ אַז דאָס צופֿאָרן פֿון דער
בױד האָט זיך געלאָזט הערן כּמעט איבערן גאַנצן שטעטל. די
יאַמפּעלער קרעמער און קרעמערינס, װאָס זיצן אַ גאַנצן טאָג
און קוקן אַרױס אױף אַ קונה, בראָטן זיך און פּרעגלען זיך אױף
דער זון, האָבן זיך אױפֿגעכאַפּט פֿון זײער דרעמלען און האָבן
אַרײַנגעקוקט אין בױד זען װער האָט דאָס געקענט פּלוצעם
אין מיטן דרינען קומען קײן יאַמפּעלע? אפֿשר אַ פּריץ?
אפֿשר האָט גאָט צוגעשיקט אַ קונה? טאָמער װעט דער
|
|
ver veyst?
«a roman in tsvey teyln»
ershte teyl
1
«ver iz dos porl?»
in a sheynem varemen zumertog iz tsugeforn tsu der
geler akhsanye, vos in yampele, a mazepevker
balegole mit a groyser boyd, vi a suke, ibergetsoygn mit
layvnt, gebundn mit shtriklekh un gekovet mit ayzn, mit
a sakh gleklekh un bomblekh, azoy az dos tsuforn fun der
boyd hot zikh gelozt hern kemat ibern gantsn shtetl. di
yampeler kremer un kremerins, vos zitsn a gantsn tog
un kukn aroys oyf a koyne, brotn zikh un preglen zikh oyf
der zun, hobn zikh oyfgekhapt fun zeyer dremlen un hobn
arayngekukt in boyd zen ver hot dos gekent plutsem
in mitn drinen kumen keyn yampele? efsher a porets?
efsher hot got tsugeshikt a koyne? tomer vet der