דער „אוצר“
א
די מאַזעפּעװקער זײַנען גרױסע צדקה־געבער און
געלט־שפּרײטער, װי קײנער אין דער װעלט. דער מאַזעפּעװקער שיט
מיט נדבֿות אױף רעכטס און אױף לינקס, שפּרײט געלט װי אַש,
און קערבלעך זײַנען װי מוראַשקעס בײַ אים אין די אױגן, עפֿנט
ברײט זײַן האַנט און זעטיקט אָן יעדן לעבעדיקן מיט
װױלגנעדיקײט, אי דעם אָרעמאַן אי דעם פֿרעמדן, װאָס איז בײַ אים.
― רבונו־של־עולם ― אױף דעם בעט יעדער אײנער ―
רבונו־של־עולם, פֿאָטער דערבאַרעמדיקער! דאָס געלט איז דאָך דײַנס
און דאָס זילבער אין דײַנס, װאָס זשע אַרט דיך, אַן איך װעל
באַקומען אַן עשירות און װערן אַ גבֿיר צװישן מײַנע אָרעמע
און דלותדיקע ברידער? בין איך דען דאָס ניט װערט? גאָט,
מײַן גאָט! װײַז מיר נאָר דײַן גענאָד, װײַז מיר דײַנע
װוּנדערלעכע מעשׂים און לאָמיך אױסנעמען דאָס מאָל דאָס גרױסע
געװינס, װעט דיר אױך זײַן גוט צוליב מיר, װאָרעם איך װעל דיר
דינען מיט פֿאָרכט און טאָן דאָס, װאָס דיר איז ליב, און נדבֿות
װעל איך אױך געבן אָן אַן עק: אױף דער שול בין איך מנדר
אַזױ און אַזױ, אױפֿן מרחץ, להבֿדיל, אַזױ פֿיל און אַזױ פֿיל, אױף
דער תּלמוד־תּורה אַ פֿײַנע נדבֿה און אױף ביקור־חולים צװײ
מאָל אַזױ פֿיל, און צדקה די אָרעמעלײַט און אױף די חבֿרות
|
|
der "oytser''
#
di mazepevker zaynen groyse tsdkh-geber un
gelt-shpreyter, vi keyner in der velt. der mazepevker shit
mit nedoves oyf rekhts un oyf links, shpreyt gelt vi ash,
un kerblekh zaynen vi murashkes bay im in di oygn, efnt
breyt zayn hant un zetikt on yedn lebedikn mit
voylgnedikayt, i dem oreman i dem fremdn, vos iz bay im.
― rbunu-shl-eulm ― oyf dem bet yeder eyner ―
rbunu-shl-eulm, foter derbaremdiker! dos gelt iz dokh dayns
un dos zilber in dayns, vos zhe art dikh, an ikh vel
bakumen an ashires un vern a gevir tsvishn mayne oreme
un dalesdike brider? bin ikh den dos nit vert? got,
mayn got! vayz mir nor dayn genod, vayz mir dayne
vunderlekhe maysem un lomikh oysnemen dos mol dos groyse
gevins, vet dir oykh zayn gut tsulib mir, vorem ikh vel dir
dinen mit forkht un ton dos, vos dir iz lib, un nedoves
vel ikh oykh gebn on an ek: oyf der shul bin ikh menader
azoy un azoy, oyfn merkhets, lehavdl, azoy fil un azoy fil, oyf
der talmetoyre a fayne nedove un oyf biker-Hulim tsvey
mol azoy fil, un tsedoke di oremelayt un oyf di khevres