דער דײַטש
א
„יפֿתּח אין זײַן צײַט איז װי שמואל אין זײַן צײַט“. אױב
פֿריִער, בשעת דער אַקציז פֿון בראָנפֿן איז געװען אין אַרענדע
בײַ אײנעם פֿון אונדזערע ייִדישע געלטזעק, און יענער האָט
געזעצט אָנגעשטעלטע און אַװעקגעשטעלט אײַנמאָנער און
אַקציזניקעס אומעטום, װוּ ער איז געװען באַלעבאָס, ― אױב אין יענער
צײַט איז דער אַקציזניק געװען פֿאַררעכנט אַלס אײנער פֿון די,
װאָס שאַפֿן דאָס ליכט פֿון דער אױפֿקלערונג און דאָס נײַע לעבן, װוּ
זײ קומען, ― איז דאָך אַ קאָמיסיאָנער אַװדאי דער, װאָס טוט
גרױסע זאַכן און מאַכט נײַעסן אין יענע טעג און אין
הײַנטיקע צײַטן צװישן אונדזערע ברידער, װאָס זײַנען געזעסן
אין חושך און פֿינצטערניש אין אײנער פֿון די פֿאַרװאָרפֿענע
שטעט, װאָס אין אונדזער ברײטן גרױסן לאַנד. אױב מײַנע
װערטער זײַנען ניט ביז גאָר ריכטיק בנוגע אַלע קלײנע
שטעטלעך, װוּ אונדזערע ברידער רוען, װעט איר דאָך מיר
גלײבן, װאָס מײַנע אײגענע אױגן ― ניט קײן פֿרעמדע ― האָבן
צוגעזען אין מײַן שטאָט מאַזעפּעװקע. אין דער דאָזיקער
לױב־װירדיקער שטאָט האָט אײן קאָמיסיאָנער אָפּגעטאָן אַ סך און
האָט געבראַכט מיט זיך פֿיל נײַע זאַכן, צװישן זײַ אי גוטס,
|
|
der daytsh
#
"ifWH in zayn tsayt iz vi shhmul in zayn tsayt''. oyb
frier, bshas der aktsiz fun bronfn iz geven in arende
bay eynem fun undzere yidishe geltzek, un yener hot
gezetst ongeshtelte un avekgeshtelt aynmoner un
aktsiznikes umetum, vu er iz geven balebos, ― oyb in yener
tsayt iz der aktsiznik geven farrekhnt als eyner fun di,
vos shafn dos likht fun der oyfklerung un dos naye lebn, vu
zey kumen, ― iz dokh a komisyoner avade der, vos tut
groyse zakhn un makht nayesn in yene teg un in
hayntike tsaytn tsvishn undzere brider, vos zaynen gezesn
in khoyshekh un fintsternish in eyner fun di farvorfene
shtet, vos in undzer breytn groysn land. oyb mayne
verter zaynen nit biz gor rikhtik benegeye ale kleyne
shtetlekh, vu undzere brider ruen, vet ir dokh mir
gleybn, vos mayne eygene oygn ― nit keyn fremde ― hobn
tsugezen in mayn shtot mazepevke. in der doziker
loyb-virdiker shtot hot eyn komisyoner opgeton a sakh un
hot gebrakht mit zikh fil naye zakhn, tsvishn zay i guts,