די װיבּאָרעס (פֿעליעטאָן)
בײַ רב פֿײַװעלע קנאַַַק איז פֿול די שטוב מיט ייִדן
מיפּעלעפּע, רב פֿײַװל, אַ באַטאָגטער ייִד מיט אַן אױסגעפֿליקטער
באָרד, מיט צװײ גראָבע פּאות, מיט אַ ברײט מױל, איז
געשטאַנען (ניט געזעסן) אױבנאָן מיט אַ שפּיציקער יאַרמלקע
אױפֿן קאָפּ, מיט אײן האַנט האָט ער פֿאַרשטעלט דעם אַנדערן
ייִדן דאָס מױל, ער זאָל שװײַגן, און מיט דער אַנדערער האַנט
האָט ער געהאַלטן דעם דריטן פֿאַר דער באָרד און האָט מיט
אַ הײזעריקער שטימע גערעדט:
― מע דאַרף ניט! װאָס טױג אונדז אַ געבולבעטער
ראַבינער? ער זאָל אונדז נאָך מסרן צו נאַטשאַלסטװע? אין דער
ערד אַרײַן! זעקס יאָר אָפּגעװען ― גענוג! מיר װעלן בעסער
אױסקלײַבן אונדזער איציקן, ער אין אַ פּראָסטער שלש־סעודות, מיט
אים קענען מיר מאַכן װאָס מיר װילן, אַלע לעכער פֿאַרשטעקן,
און פֿאַר אים דאַרפֿן מיר דאָס היטל ניט ברעכן. אײַ, װאָס?
טאָמער קען ער דאָרט ניט אַזױ שטאַרק אין די ביכלעך?...
― עט! ― האָט זיך אָנגערופֿן רב יוסף אינדיק, אַ ייִד,
װאָס האָט ליב געהאַט אַלצדינג מבֿטל זײַן, ― װײס איך, נאַט
אײַך אַ גראָשן, אַבי ער זאָל קאָנען פֿאַרשרײַבן...
|
|
di vib�ores (felyeton)
bay reb fayvele kna��k iz ful di shtub mit yidn
mipelepe, reb fayvl, a batogter yid mit an oysgeflikter
bord, mit tsvey grobe peyes, mit a breyt moyl, iz
geshtanen (nit gezesn) oybnon mit a shpitsiker yarmlke
oyfn kop, mit eyn hant hot er farshtelt dem andern
yidn dos moyl, er zol shvaygn, un mit der anderer hant
hot er gehaltn dem dritn far der bord un hot mit
a heyzeriker shtime geredt:
― me darf nit! vos toyg undz a gebulbeter
rabiner? er zol undz nokh msrn tsu natshalstve? in der
erd arayn! zeks yor opgeven ― genug! mir veln beser
oysklaybn undzer itsikn, er in a proster shlsh-sudes, mit
im kenen mir makhn vos mir viln, ale lekher farshtekn,
un far im darfn mir dos hitl nit brekhn. ay, vos?
tomer ken er dort nit azoy shtark in di bikhlekh?...
― et! ― hot zikh ongerufn reb Yoysef indik, a yid,
vos hot lib gehat altsding mevatl zayn, ― veys ikh, nat
aykh a groshn, abi er zol konen farshraybn...