צװײ קבֿרים: חורבן אין אַ ייִדישע פֿאַמיליע
Если почесть воздать ты желаешь,
То велит нам обычай отцов,
Чтобы цветы мы бросали живущим,
И каменья на гроб мертвецов. [Алексей Николаевич Плещеев 1825-1893]
אַז דו װילסט עמעצן כּבֿוד אָפּגעבן,
איז דאָ אַן אַלטער מינהג אַ פֿײַנער:
ציר אים מיט בלומען בײַם לעבן,
אױף זײַן קבֿר קענסטו װאַרפֿן שטײנער.
א
פּאָלינקאַ איז געװען אין גאָרטן װען ראָזאַליע - איר ברודערס
טאָכטער, אַ מײדל פֿון אַ יאָר אַכט ― איז צוגעלאָפֿן צו איר און האָט זיך
צעלאָזט מיט אַ דין קלינגענדיק קולכל:
― מאַ־טאַנט [ma tante: מומעניו], מאַ-טאַנט! דער זײדע איז געקומען מיט
אים... מיט אים.... גיכער, גיכער קומט אין שטוב אַרײַן ! אַך, מאַ־טאַנט!
פּאָלינקאַ האָט זיך אַפֿילו קײן ריר ניט געטאָן, זי אין געזעסן
אונטער אַ בױם, בלאַס און אָפּגעלאָזט, און האָט געלײענט אַ בוך. כאָטש אירע
שװאַרצע אױגן האָבן געברענט װי פֿײַער.
„ראָזאַליע!“ האָט פּאָלינקאַ אױפֿגעהױבן די אױגן צו איר און
געזאָגט: ראָזאַליע, דו פֿאָלגסט מיך ניט? איך לערן דיך, אַז עס איז שױן
צײַט דו זאָלסט ניט מאַכן קײן קינדערישע תּנועות, ניט לױפֿן און שפּרינגען.
פֿע! ביסט דאָך שױן אַ גרױסע...
― אָך, מאַ־טאַנט! דער זײדע איז אָבער געקומען, האָט ראָזאַליע
געענטפֿערט, מיט אים... מיט דעם נײַעם לערער... ער הײסט ראבאָװסקי...
אַך, עפּעס אַזאַ... ― כי, כי, כי... ― אַזאַ גרױסער... כאַ, כאַ, כאַ!
ראָזאַליע איז געשױנט אַנטלאָפֿן, פּאָלינקאַ האָט נאָר אַ שמײכל
געטאָן און האָט זיך װײַטער פֿאַרטיפֿט אין דעם בוך.
פּאָלינקאַ איז געװען אַ מײדל פֿון אַ יאָר 16 מיט לאַנגע שװאַרצע
האָר, שװאַרצע גרױסע אױגן, װעלכע פֿלעגן תּמיד זײַן פֿאַרטראַכט און עפּעס
אַזױ װי טרױעריק, נאָר װען זי האָט אױפֿגעהױבן אירע שװאַרצע געדיכטע
האַלב־קײלעכדיקע ברעמען און געגעבן אַ קוק אױף עמעצן, האָט יענער געפֿילט, אַז די
|
|
tsvey kvorem: khurbn in a yidishe familye
�...сли по�^oyесть воздать ты желаешь,
То велит нам обы�^oyай отцов,
Чтобы цветы мы бросали живущим,
И каменья на гроб мертвецов. [Алексей
Николаеви�^oy Плещеев 1825-1893]
az du vilst emetsn koved opgebn,
iz do an alter mineg a fayner:
tsir im mit blumen baym lebn,
oyf zayn keyver kenstu varfn shteyner.
#
polinka iz geven in gortn ven rozalye - ir bruders
tokhter, a meydl fun a yor akht ― iz tsugelofn tsu ir un hot zikh
tselozt mit a din klingendik kelekhl:
― ma-tant [ma tante: mumenyu], ma-tant! der zeyde iz gekumen mit
im... mit im.... gikher, gikher kumt in shtub arayn ! akh, ma-tant!
polinka hot zikh afile keyn rir nit geton, zi in gezesn
unter a boym, blas un opgelozt, un hot geleyent a bukh. khotsh ire
shvartse oygn hobn gebrent vi fayer.
"rozalye!'' hot polinka oyfgehoybn di oygn tsu ir un
gezogt: rozalye, du folgst mikh nit? ikh lern dikh, az es iz shoyn
tsayt du zolst nit makhn keyn kinderishe tnues, nit loyfn un shpringen.
fe! bist dokh shoyn a groyse...
― okh, ma-tant! der zeyde iz ober gekumen, hot rozalye
geentfert, mit im... mit dem nayem lerer... er heyst r#bovski...
akh, epes aza... ― khi, khi, khi... ― aza groyser... kha, kha, kha!
rozalye iz geshoynt antlofn, polinka hot nor a shmeykhl
geton un hot zikh vayter fartift in dem bukh.
polinka iz geven a meydl fun a yor 16 mit lange shvartse
hor, shvartse groyse oygn, velkhe flegn tomed zayn fartrakht un epes
azoy vi troyerik, nor ven zi hot oyfgehoybn ire shvartse gedikhte
halb-keylekhdike bremen un gegebn a kuk oyf emetsn, hot yener gefilt, az
di