דער פֿעטער פּיני מיט דער מומע רײזי
די הקדמה צו דער מעשׂה
אָט דאָ װיל איך אײַך דערצײלן אַ מעשׂה טאַקע פֿון מײן אײגענעם
פֿעטער מיט מײן אײגענער מומע, דאָס הײסט אַן אײגענע איז מיר
אײגנטלעך די מומע, ניט דער פֿעטער; נאָר אַז די מומע אין אַ מומע,
איז שױן במילא דער פֿעטער אַ פֿעטער.
און אױסן בין איך מיט דער מעשׂה נאָר אײן זאַך: איר זאָלט אײַך
אַראָפּנעמען אַ מוסר, װי שלעכט ס'איז, אַז מענטשן קריגן זיך, װי
מיאוס דאָס איז אַז אַ מאַן שלאָגט אַ װײַב, אָדער אַ װײַב אַ מאַן; און
דאָס אײגענע צוריק: װי שײן און פֿײַן און לײַטיש דאָס איז, אַז מענטשן
לעבן צװישן זיך בשלום און בכּבֿוד, אַזױ װי גאָט האָט געבאָטן.
די מעשׂה אַלײן
אַ הױכע, אַ געזונטע, דאָס פּנים פֿעט, די הענט מגושם גראָב, די
נעגל שװאַרץ, אַ קול פֿון אַ מאַנסביל, אַ האַרץ פֿון אַ טאָטער, אַ קאַרגע,
אַ פֿױלע שטיק, ניט אַזאַ שלעכטע, װי אַן אָנגעברוגזטע אױף דער
גאַנצער װעלט, זײער אַ פּראָסטע זאַך ― אָט דאָס איז געװען די מומע
רײזי.
נאָך אַ מעלה: געהאַלטן פֿון דער אַכילה און ליב געהאַט, זאָל זי
מיר מוחל זײַן... צװישן אונדז װעט דאָך עס מסתּמא בלײַבן? איך װאָלט
דאָס אײַך געזאָגט גלײַך, פּאַסט דאָס אָבער נישט פֿאַר קײן פֿרױ... בקיצור,
|
|
der feter pini mit der mume reyzi
di hakdome tsu der mayse
ot do vil ikh aykh dertseyln a mayse take fun meyn eygenem
feter mit meyn eygener mume, dos heyst an eygene iz mir
eygntlekh di mume, nit der feter; nor az di mume in a mume,
iz shoyn bemeyle der feter a feter.
un oysn bin ikh mit der mayse nor eyn zakh: ir zolt aykh
aropnemen a muser, vi shlekht s'iz, az mentshn krign zikh, vi
mies dos iz az a man shlogt a vayb, oder a vayb a man; un
dos eygene tsurik: vi sheyn un fayn un laytish dos iz, az mentshn
lebn tsvishn zikh hasholem un bekoved, azoy vi got hot gebotn.
di mayse aleyn
a hoykhe, a gezunte, dos ponem fet, di hent megushem grob, di
negl shvarts, a kol fun a mansbil, a harts fun a toter, a karge,
a foyle shtik, nit aza shlekhte, vi an ongebrugzte oyf der
gantser velt, zeyer a proste zakh ― ot dos iz geven di mume
reyzi.
nokh a mayle: gehaltn fun der akhile un lib gehat, zol zi
mir moykhl zayn... tsvishn undz vet dokh es mistome blaybn? ikh volt
dos aykh gezogt glaykh, past dos ober nisht far keyn froy... bekitser,