פֿונעם יריד 345
האָט זיך געעפֿנט אַ װאַקאַנסיע אױף ראַבינער אין אַ שטאָט ניט װײַט פֿון
פּערעיאַסלאַװ, און אַז ער האָט גוטע שאַנסן צו פֿאַרנעמען די שטעלע.
און אױסגעלאָזט האָט ער זײַן בריװ צום זון אױך מיט אַ מליצה:
„עשׂה! חושה! עופֿה כּחץ מקשת, כּעל כּנפֿי נשרים! מהר, אַל תּביט אַחריך! עלה והצלח!“
דאָס װעט הײסן אױף אונדזער לשון: „אײַל זיך! כאַפּ זיך! פֿלי פֿײַל אױסן
בױגן, װי אױף די פֿליגלען פֿון אַן אָדלער! גיכער! זאָלסט זיך גאָר ניט
אַרומקוקן! קום און זײַ מצליח!“...
קאַפּיטל 78: די „װיבאָרעס“
«װי אַזױ מע קלײַבט אַ ראַבינער ― דער פֿריִערדיקער ראַבינער אין לובען ― אַן
אַלטער באַקאַנטער ― רב נחמן כּהנא פּראָטעזשירט דעם יונגן קאַנדידאַט ― ער
האַלט אַ דרשה און נעמט שטאַרק אױס בײַם עולם ― „מזל־טובֿ, איזבראַן
יעדינאָ־גלאַסנאָ“ ― אַ מופֿת פֿאַר גױים ― ער קומט קײן פּערעיאַסלאַװ, און די שׂימחה
װערט אים דאָרט פֿאַרשטערט ― ער גיט זיך דאָס װאָרט, אַז ער װעט נישט זײַן
װי אַלע»
לובען ― דאָס איז דער נאָמען פֿון דער שטאָט, װוּ מע האָט
פֿאַרלאַנגט אַ נײַעם ראַבינער.
דאָס װאָרט „פֿאַרלאַנגט“ איז, מאָלט אײַך, ניט מער װי אַ מליצה.
אַ שטאָט פֿאַרלאַנגט אַזױ אַ ראַבינער, װי, אַ שטײגער, מע פֿאַרלאַנגט אַ
קבֿרות־מאַן. דער גאַנצער אינסטיטוט פֿון „קאַזיאָנע רבנים“ איז,
אײגנטלעך, אַן איבעריקער, אַן אָנגעהאַנגענער פֿון דער רעגירונג אױף די רוסישע
ייִדן, און זײ האַלטן זיך מיט אים, װי מיט עפּעס רעכטס. שענער פֿון
אַלצדינג איז דאָס, װאָס אַ „קאַזיאָנער רבֿ“ װערט ניט געשיקט דירעקט
פֿון דער רעגירונג צו געװעלטיקן אױף די ייִדן, נאָר די ייִדן אַלײן באַדאַרפֿן
אים אױסקלײַבן דורך װאַלן („װיבאָרעס“) פֿון קהל. נאָר די װאַלן גופֿא
זײַנען בעל־כּרחם, גענײט פֿון אױבן. דאָס הײסט, „נאַטשאַלסטװע“ שרײַבט
אַרײַן צו קהל אַ פּאַפּיר, אַז דעמאָלט און דעמאָלט זאָלן זיך די ייִדן
צונױפֿזאַמלען דאָרטן און דאָרטן און זאָלן זיך אױסקלױבן אַ ראַבינער. און עס
טוען זיך אַ לאָז קאַנדידאַטן. יעדער קאַנדידאַט האָט זיך זײַן צד, און
יעדער צד האָט זיך זײַנע כּלי־זין מיט זײַנע מיטלען, מיט װאָס צו נעמען
דעם עולם. אײנער האָט אַ שײנע פּראָטעקציע. דער אַנדערער אַרבעט מיט
געלט. דער דריטער ― מיט אַ גלעזל משקה. שלאָפֿן שלאָפֿט קײנער ניט.
אין שטאָט קאָכט עס, און עס רעדלט זיך. חבֿרה היצן זיך, עס איז אַ גדולה
|
|
funem yarid 345
hot zikh geefnt a vakansye oyf rabiner in a shtot nit vayt fun
pereyaslav, un az er hot gute shansn tsu farnemen di shtele.
un oysgelozt hot er zayn briv tsum zun oykh mit a melitse:
"eQh! khushh! eufh KHts mkshT, Kel Knfi nshrim! mhr, al Wbit akhareykh! elh uhtslH!''
dos vet heysn oyf undzer loshn: "ayl zikh! khap zikh! fli fayl oysn
boygn, vi oyf di fliglen fun an odler! gikher! zolst zikh gor nit
arumkukn! kum un zay matsliyekh!''...
kapitl 78: di "vibores''
«vi azoy me klaybt a rabiner ― der frierdiker rabiner in luben ― an
alter bakanter ― reb Nakhmen koyen# protezhirt dem yungn kandidat ― er
halt a droshe un nemt shtark oys baym oylem ― "mazltov, izbran
yedino-glasno'' ― a moyfes far goyem ― er kumt keyn pereyaslav, un di
simkhe
vert im dort farshtert ― er git zikh dos vort, az er vet nisht zayn
vi ale»
luben ― dos iz der nomen fun der shtot, vu me hot
farlangt a nayem rabiner.
dos vort "farlangt'' iz, molt aykh, nit mer vi a melitse.
a shtot farlangt azoy a rabiner, vi, a shteyger, me farlangt a
kvores-man. der gantser institut fun "kazyone rabonem'' iz,
eygntlekh, an iberiker, an ongehangener fun der regirung oyf di rusishe
yidn, un zey haltn zikh mit im, vi mit epes rekhts. shener fun
altsding iz dos, vos a "kazyoner rov'' vert nit geshikt direkt
fun der regirung tsu geveltikn oyf di yidn, nor di yidn aleyn badarfn
im oysklaybn durkh valn ("vibores'') fun kool. nor di valn gufe
zaynen baal-KrHm, geneyt fun oybn. dos heyst, "natshalstve'' shraybt
arayn tsu kool a papir, az demolt un demolt zoln zikh di yidn
tsunoyfzamlen dortn un dortn un zoln zikh oyskloybn a rabiner. un es
tuen zikh a loz kandidatn. yeder kandidat hot zikh zayn tsad, un
yeder tsad hot zikh zayne kley-zin mit zayne mitlen, mit vos tsu nemen
dem oylem. eyner hot a sheyne protektsye. der anderer arbet mit
gelt. der driter ― mit a glezl mashke. shlofn shloft keyner nit.
in shtot kokht es, un es redlt zikh. khevre hitsn zikh, es iz a gedule
|
פֿונעם יריד 345
האָט זיך געעפֿנט אַ װאַקאַנסיע אױף ראַבינער אין אַ שטאָט ניט װײַט פֿון
פּערעיאַסלאַװ, און אַז ער האָט גוטע שאַנסן צו פֿאַרנעמען די שטעלע.
און אױסגעלאָזט האָט ער זײַן בריװ צום זון אױך מיט אַ מליצה:
„<<עשׂה! חושה! עופֿה כּחץ מקשת, כּעל כּנפֿי נשרים! מהר, אַל תּביט אַחריך! עלה והצלח!>>“