שלום עליכם
דאָס זעקסטע קאַפּיטל.: מיר האָבן אַ גרױסן גאָט!
אומזיסט האָט שׂרה שאַפּיראָ געזינדיקט פֿאַר גאָט. האָט דאָס דען
ניט איר גאָט געטאָן, אַז גראָד איצט, װען איר סיאָמקע איז אין
דריטע קלאַס און באַדאַרף האָבן אַ רעפּעטיטאָר אַזױ װי מע באַדאַרף
לעבן אױף דער װעלט, און קײן איבעריקע געלטן אױף צו דינגען
אַ רעפּעטיטאָר איז נישטאָ, װאָרעם כאָטש איר דוד איז אַ זעלטענער
ערלעכער מענטש און אַן אױסגעצײכנטער בוכהאַלטער און דינט
אין אײנע פֿון די גרעסטע קראָמען אין שטאָט, בײַ די פֿײַנסטע לײַט,
װאָס האַלטן זיך פֿאַר גרױסע אַריסטאָקראַטן, פֿון דעסטװעגן שעמען
זײ זיך ניט פֿאָדערן פֿון אים, ער זאָל זיך געפֿינען אין געשעפֿט
פֿון אַכט אין דער פֿרי ביז נײַן אױף דער נאַכט. און אַנומלטן, אַז
ס'איז געקומען צו אַ שמועס װעגן אַ הוספֿה, האָט מען אים
געגעבן אָנצוהערעניש, אַז עס קוקן אַרױס אױף זײַן שטעלע צען
יונגע לײַט, אַ סך מער געבילדעטע פֿון אים, געענדיקטע, יונגע לײַט
מיט מעדאַלן!... אַ גליק, װאָס שׂרה שאַפּיראָ קאָכט אַלײן און טוט
אַלײן אַלצדינג, כאָטש זי איז עס בײַ איר טאַטע־מאַמע ניט געװױנט
געװאָרן... און אונטער אָ נױט העלפֿט די טאָכטער, בעטי, אױך אין
שטוב און אין קיך, כאָטש זי איז אַ בת־יחידה און אַ ציטעריקע. נו, װי
קאָן מען אין זינען האָבן אַ רעפּעטיטאָר? איז דאָך אָבער פֿאַראַן אַ
גאָט אױף דער װעלט. װאָס טוט גאָט? טראָגט אָן דער גוטער יאָר
אַ סטודענט אַ שלימזל פֿון שקלאָװ...
― בעטי! ― רופֿט זיך אָן די מוטער צו דער טאָכטער, װאָס זיצט
די גאַנצע צײַט איבער אַ בוך און חזרט,― בעטי! נישטאָ אים נאָך,
דעם שלימזל?
|
|
sholem aleykhem
dos zekste kapitl.: mir hobn a groysn got!
umzist hot shore shapiro gezindikt far got. hot dos den
nit ir got geton, az grod itst, ven ir syomke iz in
drite klas un badarf hobn a repetitor azoy vi me badarf
lebn oyf der velt, un keyn iberike geltn oyf tsu dingen
a repetitor iz nishto, vorem khotsh ir Doved iz a zeltener
erlekher mentsh un an oysgetseykhnter bukhhalter un dint
in eyne fun di greste kromen in shtot, bay di faynste layt,
vos haltn zikh far groyse aristokratn, fun destvegn shemen
zey zikh nit fodern fun im, er zol zikh gefinen in gesheft
fun akht in der fri biz nayn oyf der nakht. un anumltn, az
s'iz gekumen tsu a shmues vegn a hoysofe, hot men im
gegebn ontsuherenish, az es kukn aroys oyf zayn shtele tsen
yunge layt, a sakh mer gebildete fun im, geendikte, yunge layt
mit medaln!... a glik, vos shore shapiro kokht aleyn un tut
aleyn altsding, khotsh zi iz es bay ir tate-mame nit gevoynt
gevorn... un unter o noyt helft di tokhter, beti, oykh in
shtub un in kikh, khotsh zi iz a basyekhide un a tsiterike. nu, vi
kon men in zinen hobn a repetitor? iz dokh ober faran a
got oyf der velt. vos tut got? trogt on der guter yor
a student a shlimzl fun shklov...
― beti! ― ruft zikh on di muter tsu der tokhter, vos zitst
di gantse tsayt iber a bukh un khazrt,― beti! nishto im nokh,
dem shlimzl?