פֿונעם רעדאַקטאָר
א: די אַרבעט
די אַרבעט פֿון רעדאַקטירן די אַלע װערק פֿון שלום־עליכם האָב איך אָנגעהױבן אין יאָר
2015, און ערשט מיט עלף יאָר שפּעטער זעען מיר שױן די לעצטע רעזולטאַטן. די פּראָיעקט
איז באַשטאַנען פֿון עטלעכע סטאַדיעס:
1. כאַפּן פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטראַל סקאַנדירטע בילדער פֿון עטלעכע בענדער פֿון די
װערק פֿון שלום־עליכם. די בענדער זײַנען אָט די:
202033,
202583,
202584,
202585,
202586,
202587,
202588,
202589,
202590,
202591,
202592,
202593,
202594,
202595,
202596,
202597,
203691,
204165,
205404,
210432,
210437,
210812,
211013,
202662,
211896.
אָפֿט זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע אױסגאַבעס פֿונעם זעלבן װערק. איך האָב געפֿונען אַן
אױסגאַבע װאָס האָט די קלאָרסטע דרוק. אױב אײן אױסגאַבע האָט אַ דײַטשמערישן אָדער
סאָװעטישן אױסלײג, האָב איך געפּרוּװט געפֿינען עפּעס אַנדערש. נישט אַלע מאָל איז דאָס מיר
געלונגען; „מאָשקע גנבֿ“ פֿון בוך 211013 שטײט אין סאָװעטישן אױסלײג. דער ראָמאַן
„בלאָנזשענדע שטערן“ (בוך 202596, איקוף 1959) איז אױך פֿריִער אַרױס (203840, צענטראַל, װאַרשע, 1913)
אין אַ לענגערן נוסח. װען עפּעס איז מיר ניט געװען קלאָר אין 202596, װוּ אַ סך
דרוקפֿעלער זײַנען אַרײַנגעקראָכן, האָב איך אַ קוקט געגעבן אין 203840.
2. ניצן מײַן אײגענעם OCR (אָפּטישע בוכשטאַב־דערקענונג) קאָמפּיוטער־פּראָגראַם
איבערצופֿירן די בילדער אין יוניקאָד טעקסט אַרײַן. יוניקאָד איז אַ קאָדיר־סיסטעם װאָס
נעמט אַרײַן ס'רובֿ פֿון די שרײַב־סיסטעמען פֿון דער װעלט. מײַן פּראָגראַם שיקט דעם טעקסט
דורך עטלעכע אױטאָמאַטישע פֿאַרבעסערונגען, למשל צובינדן צװײ װאָװן אין אײן אות,
אַרױסנעמען דײַטשמערישע איבעריקע „ה“, פּרוּװן צו רעכטס מאַכן אותיות װי „בֿ“, „כּ“,
און „ײַ“.
3. לאָזן אַז די גאַנצע װעלט זאָל זען די װערק דורך אַן אינהאַלט־רשימה, כאָטש קײן
אױסבעסערונג פֿון די טעקסטן האָט נאָך ניט אָנגעהױבן. OCR איז װײַט ניט פּערפֿעקט; עס
ברענגט אָפֿט אַרײַן פֿעלערן, װי למשל אַ „מ“ װוּ דאָס בילד האָט אַ „ט“.
4. צוגרײטן אַ װעבס־פּראָגראַם װאָס זאָל העלפֿן אַנדערע מענטשן פֿון איבער דער װעלט
מיטהעלפֿן אין געפֿינען און צו רעכטס מאַכן געבליבענע פֿעלערן. די־אָ פּראָגראַם ניצט מײַן
װערטער־רשימה, װאָס שטײט הינטער מײַן װערטערבוך, צו װײַזן בפֿירוש װערטער װאָס זײַנען אומבאַקאַנט, און
דערפֿאַר מסתּמא טעותן.
5. אַדורכקוקן דעם גאַנצן טעקסט עטלעכע מאָל מיט מײַנע אײגענע מכשירים צו קאָנטראָלירן
דעם אױסלײג. צוליב דעם האָב איך געניצט די Vim פּראָגראַם מיט מײַן אײגענע װערטער־רשימה. דערצו האָב איך
אַרײַנגעשטעלט אַן אײנהײַטלעכן אױסזען אױף די פֿאַרשײדענע בענדער, װאָס זײַנען געדרוקט אין
אַ צאָל דרוקערײַען מיט פֿאַרשײדענע אופֿנים פֿון , למשל, װײַזן קאַפּיטל־נומערן.
בלי־ספֿק בלײַבן אַ סך פֿעלערן אין דעם טעקסט. למשל, עס קען זײַן פּלאָנטערס צװישן
„אַז“ און „אַן“, צװישן „ניט“ און „גוט“, צװישן „מײַן“ און „מײן“. איך װאָלט גערן
באַקומען פֿונעם לײענער אױסבעסערונגען און תּיקון־טעותן.
עס קען אױך זײַן אַז איך האָב פֿאַרקוקט אַ װערק פֿון שלום־עליכם. (עטלעכע פֿון זײַנע
װערק זײַנען ניט צו געפֿינען אין די „אַלע װערק“ אױסגאַבעס, װי, למשל, „דער בלוטיקער
שפּאַס“, „פֿעליעטאָנען“, און „מאָשקעלע גנבֿ“.)
איך האָב ניט אַרײַנגעלײגט די בריװ פֿון שלום־עליכם
(214669)
אין דער אַרבעט.
אױב דער לײענער װײסט פֿון אַנדערע און מיר שיקן אַן אָנזאָג װעל איך פּרוּװן
געפֿינען נאָך טעקסטן און זײ אַרײַנלײגן אין דער אַרבעט. אַ װעבס־פּראָיעקט ענדיקט זיך קײן
מאָל ניט!
ב: אױף דער אינטערנעץ
די װערק קען מען זען אין עטלעכע װעבס־ערטער. דערװײַל שטײען זײ אַלע מיט אַ
פּרעפֿיקס
https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish. אונטער דעם פּרעפֿיקס קען מען געפֿינען:
1. sholemAleykhem/contents.html: די אינהאַלט־רשימה פֿונעם גאַנצן װערק. דאָרט שטײט אַ זוכמיטל װוּ
מע קען אַרײַנשרײַבן אַ נאָמען פֿון אַ בוך אָדער אַ מעשׂה (אָדער בלױז עטלעכע אותיות דערפֿון),
און תּיכּף זען װאָסערע טעקסטן זײַנען בנימצא. למשל, אױב מע שרײַבט אַרײַן „היטל“ זעט מען
אַז אײן מעשׂה האָט אַזאַ נאָמען: „איבער אַ היטל“ פֿון דער קאָלעקציע „פֿון כּתרילעװקע“.
דערנאָך זעט מען דרײַ גרינע קנעפּלעך: „זײַטן“, „גאַנץ“, און „פֿאָנעטיק“. יעדער קענפּל
ברענגט דעם לײענער אין אַן אַנדער אָרט.
„זײַטן“ װײַזט דעם אָריגינעל, זײַט נאָך זײַט. דערצו זײַנען דאָ קנעפּלעך אױבן
װאָס װײַזן דעם טעקסט פֿון אַנדערע קוקװינקלען. „יוניקאָד“ װײַזט דאָס זײַטל אין די
איצטיקער רעדאַקטירטער פֿאָרעם. „transliteration“ גיט אַ ראָמאַניזירונג פֿונעם טעקסט,
ניצנדיק פּראָגראַמװאַרג װאָס אַרבעט גוט פֿאַר פֿאָנעטישע־געשירבענע װערטער, אָבער ניט אַלע
מאָל גוט פֿאַר לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער. „gloss“ װײַזט נאָך אַ מאָל דעם יוניקאָד, אָבער
מיט אונטערשטרײַכן װאָס פֿירן צו אַן איבערזעצונג פֿון װערטער.
„גאַנץ“ װײַזט די גאַנצע מעשׂה אָדער בוך. דעם טעקסט קען מען „קלעפּן און שלעפּן“ אין
אַנדערע פּראָגראַמװאַרג אַרײַן אױב מע װיל. אין עטלעכע ערטער געפֿינען זיך רױטע שטערנדלעך
[אַזױ װי דאָ], בפֿרט אױף נעמען פֿון היסטאָרישע מענטשן אָדער װערטער אָדער פֿראַזעס פֿון
אַנדערע שפּראַכן: רוסיש, אוקרײַניש, ענגליש, און אַ מאָל פֿראַנצײזיש. אַז מע לײגט דעם
קאָמפּיוטער־לױפֿער (cursor) איבער אַ שטערנדל זעט מען אַ דערקלערונג. אױב מע גיט דאָרט
אַ „קליק“ װערט די דערקלערונג אַ טײל פֿונעם טעקסט אַלײן. למשל, אינעם מעשׂה „אַ היטל“
געפֿינט זיך דאָס װאָרט „פּאָװיעסטקע“. דאָס שטערנדל װײַזט אַז עס איז דאָס רוסישע
„повестка“ און באַדײַט „מעלדונג“.
„פֿאָנעטיק“ ברענגט צו אַ רעקאָרדירונג, אױב אַזאַ זאַך געפֿינט זיך אין אינטערנעץ.
די רעקאָרדירונגען זײַנען געװײנטלעך פֿאָרגעלײענט פֿון אַקטיאָרן, און זײ זײַנען אָפֿט ניט
מדקדק װעגן דעם טעקסט, איבערהיפּנדיק און אַרומרעדנדיק צוליב אַ גוטער אױסשטעלונג.
2. searchSholem.cgi: דאָ קען מען אַרײַנשרײַבן אַ װאָרט אָדער אַ פֿראַזע
און זען אין װאָסערע זײַטלעך האָט שלום־עליכם געשריבן אַזאַ װאָרט אָדער פֿראַזע. אױב מע
פֿאַרמאָגט ניט קײן ייִדישן קלאַװיאַטור קען מען קלאַפּן מיט לאַטײַנישע אותיות, און דאָס
װעב־זײַטל װעט איבערמאַכן יענע אותיות אין ייִדישע. יעדער זײַטל װאָס קומט אַרױס איז
באַגלײט מיט קנעפּלעך:
„NYBC Volume“ פֿירט דעם לײענער אין אַ װעבס־אָרט װוּ מע קען
לײענען דעם אָריגינאַל.
„לײען די זײַט“ פֿירט דעם לײענער צום זעלבן אָרט װי אין „זײַטן“
אױבן.
ג: ייִװאָ־אױסלײג
אַרײַנצולײגן דעם טעקסט אין ייִװאָ־אױסלײג פֿאָדערט עטלעכע פּרטים.
1. װוּ אַרײַנצושטעלן אַ מקף? ערשטנס, אין װערטער געשאַפֿן פֿון צװײ סובסטאַנטיװן, אױב
די רעזולטאַט פֿאַרמאָגט פֿיר זילבן אָדער העכער, לײגט מען אַ מקף, אָבער װען ניט, איז
ניט קײן מקף (סײַדן קלאָרקײט פֿאָדערט אַ מקף אָדער כאָטש אײן װאָרט פֿון די צװײ שטאַמט
פֿון לשון־קודש). למשל: „זײגער־מאַכער“, אָבער „טינטמאַכער“.
2. װען אַ קאָנװערב קומט גלײַך נאָך אַ
װערב, װי „ער הײבט אָן“, טאָר ניט זײַן קײן מקף, אַחוץ אין פֿאַלן װען מען מאַכט פֿון די
צװײ װערטער אַ סובסטאַנטיװ: „ער האָט געגעבן אַ הײב־אױף“, „טוט זי אַן עפֿן־אױף“.
3. מען שטעלט אַ מקף צװישן די צװײ טײלן פֿון אַ פֿאַרטאָפּלטן נאָמען:
„אַריה־לײב“.
4. אַ פֿראַזע װי „אױף דער נאַכט“ פֿאַרמאָגט קײן מקף ניט, אָבער דער
סובסטאַנטיװ װערט אײן װאָרט: „איך זע דאָס דעם גאַנצן אױפֿדערנאַכט“.
5. װערטער און פֿראַזעס װאָס שטאַמען פֿון לשון־קודש האָבן אַ מקף אָדער ניט לױט די
תּקנות פֿון יצחק ניבאָרסקיס „װערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער אין ייִדיש“.
6. אַ מאָל האָב איך אַרײַנגעשטעלט נקודות אין לענגערע ציטאַטן פֿון תּנך אָדער תּלמוד,
דער לײענער זאָל קענען בעסער אַרױסרעדן און פֿאַרשטײן: „הַרְאִינִי אֶת־מַרְאַיִךְ“ פֿון
„שיר־השירים“ אָדער „חֲיָל אֶלֶף אַלְפִין“ פֿונעם פּיוט „אַקדמות“.
ד: טיפּאָגראַפֿיק
1. די טעקסטן זײַנען אין אַ 7000 באַזונדערע זײַטן, לױט די זײַטן פֿון די
אָריגינעלע ביכער אַלײן. װען מע װיל זען אַ טעקסט, נעמט מײַן פּראָגראַם די נױטיקע זײַטן
און טראַנספֿאָרמירט זײ. זי פֿאַרקוקט די ערשטע צװײ שורות פֿון יעדן זײַטל,
װאָס זײַנען געװײנטלעך אַ טיטל
און אַ זײַטל־נומער. דערנאָך לײגט זי דעם טעקסט אין אַן „HTML“ פֿאָרעם. יעדער שורה װאָס
הײבט זיך אָן מיט פֿיר בלױזן איז אַ נײַע פּאַראַגראַף. שורות װאָס הײבן זיך אָן מיט אַכט
בלױזן זײַנען אַ טײל פֿון אַ ליד װאָס מוז אַרױס מיט אַלע שורות װי זײ שטײען און גײען.
שורות װאָס הײבן זיך אָן
מיט צװעלף בלױזן זײַנען קאַפּיטל־טיטלען, װאָס װײַזן זיך אַרױס מיט גרעסערע אותיות. אַ
פֿראַזע װאָס שטײט אין װינקל־קלאַמערן (< < ... > >) איז װי „איטאַלישע“ אותיות און קומט
אַרױס מיט שיפֿע, קאָלירטע אותיות
אַ ביסל דערשפּרײט אײנע פֿון דער צװײטער. אַ פֿראַזע װאָס
שטײט אין ציטאַט־קלאַמערן (‹‹ ... ››) װערט קלענער. אין דראַמעס (למשל, ביכער 202595
און 202594), זײַנען רעמאַרקעס אַרומגערינגלט מיט פֿײַלן (<= ... =>);
אַזאַ רעמאַרקעס קומען אַרױס
מיט ⇐קלענערע, בלױע אותיות.⇒ אַ שורה װאָס באַשטײט נאָר מיט דרײַ שטערנדלעך (* * *) איז אַ
שפּאַלט אַזאַ:
* * *
2. דער טעקסט קומט אַרױס אין אַ שריפֿט װאָס הײסט „Frank Ruhl Libre“, מיט ייִדישע
אותיות אין יוניקאָד מיט נקודות נאָך די אותיות אַלײן. דאָס הײסט, װען מען זעט „אַ“,
זײַנען דאָ צװײ יוניקאָד אײנסן, „א“ און דערנאָך דער פּתח. צװײ אױסנאַמען, אָבער: „ײַ“ און
„יִ“, װאָס זעען זיך בעסער אױס אין דעם שריפֿט װען זײ זײַנען אײן צוגעבונדענע אות.
אָבער װען מען „קלעפּט און שלעפּט“ דעם טעקסט זײַנען אַפֿילו יענע אותיות באַזונדער.
3. מומחים אין װעבס־אױסאַרבעטונג קענען ניצן מכשירים פֿון די בלעטערערס
(„browsers“) כּדי צו ענדערן דעם אױסזען.
ה: אָנערקענונג
אַ סך מיט־רעדאַקטאָרס האָבן געהאָלפֿן אין צוגרײטן די אַרבעט. איך װיל באַזונדערס
דריקן מײַן דאַנקבאַרקײט צו די: Alex Blyudin, Andrew Cassel, Barbara Trinh,
Dominique Dossche, Esther Shlafer, Hanna Luden, Isaac Bleaman, Eli Kaufman,
Joshua Fox, אליעזר ניבאָרסקי, לוקאַס פֿישמאַן, מינע־ליפֿשע װישװאַנאַט,
Mirjam Gutschow, Raphi Halff, רײזע טורנער, Hélène Bankir, רות מגון-דנציגר,
שאָשקע-רײזל יוני, Shlomo Lederman, Valentina Fedchenko, יצחק אפסל, און
יצחק ניבאָרסקי.
איך האָב אָפֿט געניצט דאָס װערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער
פֿון יצחק ניבאָרסקי, בפֿרט צו קאָנטראָלירן װוּ צו שטעלן אַ מקף צװישן װערטער.
װען איך האָב געדאַרפֿט געהילף מיט סלאַװישע װערטער האָב איך אָפֿט זיך געװענדט אין
Constantine Vulakh, װעלכער האָט אױך געפֿונען רוסישע איבערזעצונגען פֿון די װערק.
א גרױסן דאַנק מוז איך אױסדריקן דעם ייִדישן ביכער
צענטראַל פֿאַר די סקאַנדירטע טעקסטן, און דעם אינטערנעץ אַרכיװ װאָס האַלט אַן אײביקן עקזעמפּלאַר פֿון אַ סך װערק.
אַ דאַנק דעם גראָסבאַרד
פּראָיעקט, דער סאַמי ראָר
ביבליאָטעק, און די אַרכיװן פֿון פֿלאָרידאַ אַטלאַנטיש
אוניװערסיטעט פֿאַר די רעקאָרדירונגען, אַ סך פֿון װעלכע האָט עליעזר ניבאָרסקי מיר
אָנגעװיזן.
דער Rothschild Foundation Hanadiv Europe האָט אונטערגעשטיצט טײל פֿונעם
עולם פֿון רעדאַקטאָרס.
ו
אַחרון־אַחרון חבֿיבֿ: איך װיל אױסדריקן מײַן ליבע און דאַנקבאַרקײט מײַן װײַב, Beth
Goldstein, פֿאַר איר חיזוק און ליבע די אַלע יאָרן.
רפֿאל פֿינקל
raphael@cs.uky.edu
2026
|
|
funem redaktor
#: di arbet
di arbet fun redaktirn di ale verk fun shlum-elikhm hob ikh ongehoybn
in yor
2015, un ersht mit elf yor shpeter zeen mir shoyn di letste rezultatn. di
proyekt
iz bashtanen fun etlekhe stadyes:
1. khapn funem yidishn bikher-tsentral skandirte bilder fun etlekhe bender fun
di
verk fun shlum-elikhm. di bender zaynen ot di:
a href='https://artshive.org/details/nibts202033' target='blank'202033/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202583' target='blank'202583/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202584' target='blank'202584/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202585' target='blank'202585/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202586' target='blank'202586/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202587' target='blank'202587/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202588' target='blank'202588/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202589' target='blank'202589/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202590' target='blank'202590/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202591' target='blank'202591/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202592' target='blank'202592/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202593' target='blank'202593/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202594' target='blank'202594/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202595' target='blank'202595/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202596' target='blank'202596/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202597' target='blank'202597/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts203691' target='blank'203691/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts204165' target='blank'204165/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts205404' target='blank'205404/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts210432' target='blank'210432/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts210437' target='blank'210437/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts210812' target='blank'210812/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts211013' target='blank'211013/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts202662' target='blank'202662/a,
a href='https://artshive.org/details/nibts211896' target='blank'211896/a.
oft zaynen do farsheydene oysgabes funem zelbn verk. ikh hob gefunen an
oysgabe vos hot di klorste druk. oyb eyn oysgabe hot a daytshmerishn oder
sovetishn oysleyg, hob ikh gepruvt gefinen epes andersh. nisht ale mol iz
dos mir
gelungen; "moshke ganef'' fun bukh 211013 shteyt in sovetishn oysleyg. der roman
"blonzhende shtern'' (bukh 202596, ikuf 1959) iz oykh frier aroys (a
href='https://artshive.org/details/nibts203840'203840/a, tsentral, varshe,
1913)
in a lengern nusekh. ven epes iz mir nit geven klor in 202596, vu a sakh
drukfeler zaynen arayngekrokhn, hob ikh a kukt gegebn in 203840.
2. nitsn mayn eygenem oyCR (optishe bukhshtab-derkenung) kompyuter-program
ibertsufirn di bilder in yunikod tekst arayn. yunikod iz a kodir-sistem
vos
nemt arayn s'rov fun di shrayb-sistemen fun der velt. mayn program shikt dem
tekst
durkh etlekhe oytomatishe farbeserungen, lemoshl tsubindn tsvey vovn in eyn os,
aroysnemen daytshmerishe iberike "h'', pruvn tsu rekhts makhn #oysyes vi "B'',
"K'',
un "yi�''.
3. lozn az di gantse velt zol zen di verk durkh an inhalt-rshimh, khotsh keyn
oysbeserung fun di tekstn hot nokh nit ongehoybn. oyCR iz vayt nit perfekt;
es
brengt oft arayn felern, vi lemoshl a "m'' vu dos bild hot a "t''.
4. tsugreytn a vebs-program vos zol helfn andere mentshn fun iber der velt
mithelfn in gefinen un tsu rekhts makhn geblibene felern. di-o program
nitst mayn
verter-rshimh, vos shteyt hinter mayn a
href='https://vu.tss.uki.edu/~raphael/yiddish/ditstionari.tsgi'
target='blank'verterbukh/a, tsu vayzn befeyresh verter vos zaynen umbakant,
un
derfar mistome toesn.
5. adurkhkukn dem gantsn tekst etlekhe mol mit mayne eygene makhshirem tsu kontrolirn
dem oysleyg. tsulib dem hob ikh genitst di a href='https://vu.vim.org'
target='blank'Vim/a program mit mayn eygene verter-rshimh. dertsu hob ikh
arayngeshtelt an eynhaytlekhn oyszen oyf di farsheydene bender, vos zaynen gedrukt
in
a tsol drukerayen mit farsheydene oyfanem fun , lemoshl, vayzn kapitl-numern.
bli-sfk blaybn a sakh felern in dem tekst. lemoshl, es ken zayn plonters
tsvishn
"az'' un "an'', tsvishn "nit'' un "gut'', tsvishn "mayn'' un "meyn''. ikh
volt gern
bakumen funem leyener oysbeserungen un Wikun-toesn.
es ken oykh zayn az ikh hob farkukt a verk fun shlum-elikhm. (etlekhe fun
zayne
verk zaynen nit tsu gefinen in di "ale verk'' oysgabes, vi, lemoshl, "der blutiker
shpas'', "felyetonen'', un "moshkele ganef''.)
ikh hob nit arayngeleygt di briv fun shlum-elikhm
(a href='https://artshive.org/details/nibts214669' target='blank'214669/a)
in der arbet.
oyb der leyener veyst fun andere un mir shikn an onzog vel ikh pruvn
gefinen nokh tekstn un zey araynleygn in der arbet. a vebs-proyekt endikt
zikh keyn
mol nit!
b: oyf der internets
di verk ken men zen in etlekhe vebs-erter. dervayl shteyen zey ale mit
a
prefiks
https://vu.tss.uki.edu/~raphael/yiddish. unter dem prefiks ken men gefinen:
1. a
href='https://vu.tss.uki.edu/~raphael/yiddish/sholemeyleykhem/tsontents.html'
target='blank'sholemeyleykhem/tsontents.html/a: di inhalt-rshimh funem
gantsn verk. dort shteyt a zukhmitl vu
me ken araynshraybn a nomen fun a bukh oder a mayse (oder bloyz etlekhe #oysyes
derfun),
un teykef zen vosere tekstn zaynen benimtse. lemoshl, oyb me shraybt arayn "hitl''
zet men
az eyn mayse hot aza nomen: "iber a hitl'' fun der kolektsye "fun KTrilevke''.
dernokh zet men dray grine kneplekh: "zaytn'', "gants'', un "fonetik''. yeder
kenpl
brengt dem leyener in an ander ort.
"zaytn'' vayzt dem originel, zayt nokh zayt. dertsu zaynen do kneplekh oybn
vos vayzn dem tekst fun andere kukvinklen. "yunikod'' vayzt dos zaytl in
di
itstiker redaktirter forem. "transliteration'' git a romanizirung funem
tekst,
nitsndik programvarg vos arbet gut far fonetishe-geshirbene verter, ober nit
ale
mol gut far lshun-kudsh-shtamike verter. "gloss'' vayzt nokh a mol dem yunikod,
ober
mit untershtraykhn vos firn tsu an iberzetsung fun verter.
"gants'' vayzt di gantse mayse oder bukh. dem tekst ken men "klepn un
shlepn'' in
andere programvarg arayn oyb me vil. in etlekhe erter gefinen zikh royte
shterndlekh
[azoy vi do], befrat oyf nemen fun historishe mentshn oder verter oder frazes
fun
andere shprakhn: rusish, ukraynish, english, un a mol frantseyzish. az me leygt
dem
kompyuter-loyfer (tsursor) iber a shterndl zet men a derklerung. oyb me
git dort
a "klik'' vert di derklerung a teyl funem tekst aleyn. lemoshl, inem mayse "a
hitl''
gefint zikh dos vort "povyestke''. dos shterndl vayzt az es iz dos rusishe
"повестка'' un badayt "meldung''.
"fonetik'' brengt tsu a rekordirung, oyb aza zakh gefint zikh in internets.
di rekordirungen zaynen geveyntlekh forgeleyent fun aktyorn, un zey zaynen oft
nit
medakdek vegn dem tekst, iberhipndik un arumredndik tsulib a guter oysshtelung.
2. a
href='https://vu.tss.uki.edu/~raphael/yiddish/seartshshholem.tsgi'
target="blank"seartshshholem.tsgi/a: do ken men araynshraybn a vort oder a fraze
un zen in vosere zaytlekh hot shlum-elikhm geshribn aza vort oder fraze.
oyb me
farmogt nit keyn yidishn klavyatur ken men klapn mit lataynishe #oysyes, un
dos
veb-zaytl vet ibermakhn yene #oysyes in yidishe. yeder zaytl vos kumt aroys
iz
bagleyt mit kneplekh:
"NYBts Volume'' firt dem leyener in a vebs-ort vu me ken
leyenen dem original.
"leyen di zayt'' firt dem leyener tsum zelbn ort vi in "zaytn''
oybn.
g: yivo-oysleyg
arayntsuleygn dem tekst in yivo-oysleyg fodert etlekhe protem.
1. vu arayntsushteln a mkf? ershtns, in verter geshafn fun tsvey substantivn,
oyb
di rezultat farmogt fir zilbn oder hekher, leygt men a mkf, ober ven nit,
iz
nit keyn mkf (saydn klorkayt fodert a mkf oder khotsh eyn vort fun di tsvey shtamt
fun lshun-kudsh). lemoshl: "zeyger-makher'', ober "tintmakher''.
2. ven a konverb kumt glaykh nokh a
verb, vi "er heybt on'', tor nit zayn keyn mkf, akhuts in faln ven men makht
fun di
tsvey verter a substantiv: "er hot gegebn a heyb-oyf'', "tut zi an efn-oyf''.
3. men shtelt a mkf tsvishn di tsvey teyln fun a fartopltn nomen:
"arih-leyb''.
4. a fraze vi "oyf der nakht'' farmogt keyn mkf nit, ober der
substantiv vert eyn vort: "ikh ze dos dem gantsn oyfdernakht''.
5. verter un frazes vos shtamen fun lshun-kudsh hobn a mkf oder nit loyt
di
takones fun Yitskhok niborskis "verterbukh fun lshun-kudsh-shtamike verter in yidish''.
6. a mol hob ikh arayngeshtelt nikudes in lengere tsitatn fun Wnkh oder
talmud,
der leyener zol kenen beser aroysredn un farshteyn: "h�r�#�in�i #�T-m�r�aikh�''
fun
"shirashirem'' oder "H�i�l #�l�f al�p�in'' funem piet "akdomes''.
d: tipografik
1. di tekstn zaynen in a 7000 bazundere zaytn, loyt di zaytn fun di
originele bikher aleyn. ven me vil zen a tekst, nemt mayn program di noytike
zaytn
un transformirt zey. zi farkukt di ershte tsvey shures fun yedn zaytl,
vos zaynen geveyntlekh a titl
un a zaytl-numer. dernokh leygt zi dem tekst in an "HTML'' forem. yeder
shure vos
heybt zikh on mit fir bloyzn iz a naye paragraf. shures vos heybn zikh on mit
akht
bloyzn zaynen a teyl fun a leyad vos muz aroys mit ale shures vi zey shteyen un
geyen.
shures vos heybn zikh on
mit tsvelf bloyzn zaynen kapitl-titlen, vos vayzn zikh aroys mit gresere #oysyes.
a
fraze vos shteyt in vinkl-klamern ( ... ) iz vi "italishe'' #oysyes
un kumt
aroys mit shife, kolirte #oysyes
a bisl dershpreyt eyne fun der tsveyter. a fraze vos
shteyt in tsitat-klamern (‹‹ ... ››) vert klener. in drames (lemoshl,
bikher 202595
un 202594), zaynen remarkes arumgeringlt mit fayln (= ... =);
aza remarkes kumen aroys
mit �^oy�klenere, bloye #oysyes.�^oy― a shure vos bashteyt nor mit dray shterndlekh
(* * *) iz a
shpalt aza:
* * *
2. der tekst kumt aroys in a shrift vos heyst "Frank Ruhl Libre'', mit
yidishe
#oysyes in yunikod mit nikudes nokh di #oysyes aleyn. dos heyst, ven men zet
"a'',
zaynen do tsvey yunikod eynsn, "#'' un dernokh der pasekh. tsvey oysnamen, ober:
"yi�'' un
"i'', vos zeen zikh beser oys in dem shrift ven zey zaynen eyn tsugebundene
os.
ober ven men "klept un shlept'' dem tekst zaynen afile yene #oysyes bazunder.
3. mumkhem in vebs-oysarbetung kenen nitsn makhshirem fun di bleterers
("brousers'') kedey tsu endern dem oyszen.
h: onerkenung
a sakh mit-redaktors hobn geholfn in tsugreytn di arbet. ikh vil bazunders
drikn mayn dankbarkayt tsu di: yilekh Blyudin, yindreu Cassel, Barbara Trinh,
Dominique Dosstshe, Esther shhlafer, Hanna Luden, aysaats Bleaman, Eli Kaufman,
Joshua Fokh, Elyezer niborski, lukas fishman, mine-lifshe vishvanat,
Miriam Gutstshou, Raphi Haleff, reyze turner, Hélène Bankir, Rus mgun-dntsigr,
shoshke-reyzl yuni, shhlomo Lederman, Valentina Fedtshenko, Yitskhok #psl, un
Yitskhok niborski.
ikh hob oft genitst dos a
href='https://vu.universalyiddishlibrari.org/en/book/nli000040879'
target='blank'verterbukh fun lshun-kudsh-shtamike verter/a
fun Yitskhok niborski, befrat tsu kontrolirn vu tsu shteln a mkf tsvishn verter.
ven ikh hob gedarft gehilf mit slavishe verter hob ikh oft zikh gevendt
in
Constantine Vulakh, velkher hot oykh gefunen rusishe iberzetsungen fun di
verk.
# groysn dank muz ikh oysdrikn dem a
href='https://vu.yiddishbooktsenter.org/' target='blank'yidishn bikher
tsentral/a far di skandirte tekstn, un dem a href='https://artshive.org'
target='blank'internets arkhiv/a vos halt an eybikn ekzemplar fun a sakh
verk.
a dank dem a href='http://vu.grosbardproietst.tsom/GrosbardProietst'grosbard
proyekt/a, der a
href='http://vu.yiddishbooktsenter.org/sami-rohr-librari'sami ror
biblyotek/a, un di arkhivn fun a href='https://rsa.fau.edu'florida atlantish
universitet/a far di rekordirungen, a sakh fun velkhe hot elyezr niborski
mir
ongevizn.
der Rothstshild Foundation Hanadiv Europe hot untergeshtitst teyl funem
oylem fun redaktors.
u
aHrun-akhren khaviv: ikh vil oysdrikn mayn libe un dankbarkayt mayn vayb,
Beth
Goldstein, far ir khizek un libe di ale yorn.
Refoyl finkl
raphael@tss.uki.edu
2026
|
פֿונעם רעדאַקטאָר
א: די אַרבעט
די אַרבעט פֿון רעדאַקטירן די אַלע װערק פֿון שלום־עליכם האָב איך אָנגעהױבן אין יאָר
2015, און ערשט מיט עלף יאָר שפּעטער זעען מיר שױן די לעצטע רעזולטאַטן. די פּראָיעקט
איז באַשטאַנען פֿון עטלעכע סטאַדיעס:
1. כאַפּן פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטראַל סקאַנדירטע בילדער פֿון עטלעכע בענדער פֿון די
װערק פֿון שלום־עליכם. די בענדער זײַנען אָט די:
202033,
202583,
202584,
202585,
202586,
202587,
202588,
202589,
202590,
202591,
202592,
202593,
202594,
202595,
202596,
202597,
203691,
204165,
205404,
210432,
210437,
210812,
211013,
202662,
211896.
אָפֿט זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע אױסגאַבעס פֿונעם זעלבן װערק. איך האָב געפֿונען אַן
אױסגאַבע װאָס האָט די קלאָרסטע דרוק. אױב אײן אױסגאַבע האָט אַ דײַטשמערישן אָדער
סאָװעטישן אױסלײג, האָב איך געפּרוּװט געפֿינען עפּעס אַנדערש. נישט אַלע מאָל איז דאָס מיר
געלונגען; „מאָשקע גנבֿ“ פֿון בוך 211013 שטײט אין סאָװעטישן אױסלײג. דער ראָמאַן
„בלאָנזשענדע שטערן“ (בוך 202596, איקוף 1959) איז אױך פֿריִער אַרױס (203840, צענטראַל, װאַרשע, 1913)
אין אַ לענגערן נוסח. װען עפּעס איז מיר ניט געװען קלאָר אין 202596, װוּ אַ סך
דרוקפֿעלער זײַנען אַרײַנגעקראָכן, האָב איך אַ קוקט געגעבן אין 203840.
2. ניצן מײַן אײגענעם OCR (אָפּטישע בוכשטאַב־דערקענונג) קאָמפּיוטער־פּראָגראַם
איבערצופֿירן די בילדער אין יוניקאָד טעקסט אַרײַן. יוניקאָד איז אַ קאָדיר־סיסטעם װאָס
נעמט אַרײַן ס'רובֿ פֿון די שרײַב־סיסטעמען פֿון דער װעלט. מײַן פּראָגראַם שיקט דעם טעקסט
דורך עטלעכע אױטאָמאַטישע פֿאַרבעסערונגען, למשל צובינדן צװײ װאָװן אין אײן אות,
אַרױסנעמען דײַטשמערישע איבעריקע „ה“, פּרוּװן צו רעכטס מאַכן אותיות װי „בֿ“, „כּ“,
און „ײַ“.
3. לאָזן אַז די גאַנצע װעלט זאָל זען די װערק דורך אַן אינהאַלט־רשימה, כאָטש קײן
אױסבעסערונג פֿון די טעקסטן האָט נאָך ניט אָנגעהױבן. OCR איז װײַט ניט פּערפֿעקט; עס
ברענגט אָפֿט אַרײַן פֿעלערן, װי למשל אַ „מ“ װוּ דאָס בילד האָט אַ „ט“.
4. צוגרײטן אַ װעבס־פּראָגראַם װאָס זאָל העלפֿן אַנדערע מענטשן פֿון איבער דער װעלט
מיטהעלפֿן אין געפֿינען און צו רעכטס מאַכן געבליבענע פֿעלערן. די־אָ פּראָגראַם ניצט מײַן
װערטער־רשימה, װאָס שטײט הינטער מײַן װערטערבוך, צו װײַזן בפֿירוש װערטער װאָס זײַנען אומבאַקאַנט, און
דערפֿאַר מסתּמא טעותן.
5. אַדורכקוקן דעם גאַנצן טעקסט עטלעכע מאָל מיט מײַנע אײגענע מכשירים צו קאָנטראָלירן
דעם אױסלײג. צוליב דעם האָב איך געניצט די Vim פּראָגראַם מיט מײַן אײגענע װערטער־רשימה. דערצו האָב איך
אַרײַנגעשטעלט אַן אײנהײַטלעכן אױסזען אױף די פֿאַרשײדענע בענדער, װאָס זײַנען געדרוקט אין
אַ צאָל דרוקערײַען מיט פֿאַרשײדענע אופֿנים פֿון , למשל, װײַזן קאַפּיטל־נומערן.
בלי־ספֿק בלײַבן אַ סך פֿעלערן אין דעם טעקסט. למשל, עס קען זײַן פּלאָנטערס צװישן
„אַז“ און „אַן“, צװישן „ניט“ און „גוט“, צװישן „מײַן“ און „מײן“. איך װאָלט גערן
באַקומען פֿונעם לײענער אױסבעסערונגען און תּיקון־טעותן.
עס קען אױך זײַן אַז איך האָב פֿאַרקוקט אַ װערק פֿון שלום־עליכם. (עטלעכע פֿון זײַנע
װערק זײַנען ניט צו געפֿינען אין די „אַלע װערק“ אױסגאַבעס, װי, למשל, „דער בלוטיקער
שפּאַס“, „פֿעליעטאָנען“, און „מאָשקעלע גנבֿ“.)
איך האָב ניט אַרײַנגעלײגט די בריװ פֿון שלום־עליכם
(214669)
אין דער אַרבעט.
אױב דער לײענער װײסט פֿון אַנדערע און מיר שיקן אַן אָנזאָג װעל איך פּרוּװן
געפֿינען נאָך טעקסטן און זײ אַרײַנלײגן אין דער אַרבעט. אַ װעבס־פּראָיעקט ענדיקט זיך קײן
מאָל ניט!
ב: אױף דער אינטערנעץ
די װערק קען מען זען אין עטלעכע װעבס־ערטער. דערװײַל שטײען זײ אַלע מיט אַ
פּרעפֿיקס
https://www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish. אונטער דעם פּרעפֿיקס קען מען געפֿינען:
1. sholemAleykhem/contents.html: די אינהאַלט־רשימה פֿונעם גאַנצן װערק. דאָרט שטײט אַ זוכמיטל װוּ
מע קען אַרײַנשרײַבן אַ נאָמען פֿון אַ בוך אָדער אַ מעשׂה (אָדער בלױז עטלעכע אותיות דערפֿון),
און תּיכּף זען װאָסערע טעקסטן זײַנען בנימצא. למשל, אױב מע שרײַבט אַרײַן „היטל“ זעט מען
אַז אײן מעשׂה האָט אַזאַ נאָמען: „איבער אַ היטל“ פֿון דער קאָלעקציע „פֿון כּתרילעװקע“.
דערנאָך זעט מען דרײַ גרינע קנעפּלעך: „זײַטן“, „גאַנץ“, און „פֿאָנעטיק“. יעדער קענפּל
ברענגט דעם לײענער אין אַן אַנדער אָרט.
„זײַטן“ װײַזט דעם אָריגינעל, זײַט נאָך זײַט. דערצו זײַנען דאָ קנעפּלעך אױבן
װאָס װײַזן דעם טעקסט פֿון אַנדערע קוקװינקלען. „יוניקאָד“ װײַזט דאָס זײַטל אין די
איצטיקער רעדאַקטירטער פֿאָרעם. „transliteration“ גיט אַ ראָמאַניזירונג פֿונעם טעקסט,
ניצנדיק פּראָגראַמװאַרג װאָס אַרבעט גוט פֿאַר פֿאָנעטישע־געשירבענע װערטער, אָבער ניט אַלע
מאָל גוט פֿאַר לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער. „gloss“ װײַזט נאָך אַ מאָל דעם יוניקאָד, אָבער
מיט אונטערשטרײַכן װאָס פֿירן צו אַן איבערזעצונג פֿון װערטער.
„גאַנץ“ װײַזט די גאַנצע מעשׂה אָדער בוך. דעם טעקסט קען מען „קלעפּן און שלעפּן“ אין
אַנדערע פּראָגראַמװאַרג אַרײַן אױב מע װיל. אין עטלעכע ערטער געפֿינען זיך רױטע שטערנדלעך
[אַזױ װי דאָ], בפֿרט אױף נעמען פֿון היסטאָרישע מענטשן אָדער װערטער אָדער פֿראַזעס פֿון
אַנדערע שפּראַכן: רוסיש, אוקרײַניש, ענגליש, און אַ מאָל פֿראַנצײזיש. אַז מע לײגט דעם
קאָמפּיוטער־לױפֿער (cursor) איבער אַ שטערנדל זעט מען אַ דערקלערונג. אױב מע גיט דאָרט
אַ „קליק“ װערט די דערקלערונג אַ טײל פֿונעם טעקסט אַלײן. למשל, אינעם מעשׂה „אַ היטל“
געפֿינט זיך דאָס װאָרט „פּאָװיעסטקע“. דאָס שטערנדל װײַזט אַז עס איז דאָס רוסישע
„повестка“ און באַדײַט „מעלדונג“.
„פֿאָנעטיק“ ברענגט צו אַ רעקאָרדירונג, אױב אַזאַ זאַך געפֿינט זיך אין אינטערנעץ.
די רעקאָרדירונגען זײַנען געװײנטלעך פֿאָרגעלײענט פֿון אַקטיאָרן, און זײ זײַנען אָפֿט ניט
מדקדק װעגן דעם טעקסט, איבערהיפּנדיק און אַרומרעדנדיק צוליב אַ גוטער אױסשטעלונג.
2. searchSholem.cgi: דאָ קען מען אַרײַנשרײַבן אַ װאָרט אָדער אַ פֿראַזע
און זען אין װאָסערע זײַטלעך האָט שלום־עליכם געשריבן אַזאַ װאָרט אָדער פֿראַזע. אױב מע
פֿאַרמאָגט ניט קײן ייִדישן קלאַװיאַטור קען מען קלאַפּן מיט לאַטײַנישע אותיות, און דאָס
װעב־זײַטל װעט איבערמאַכן יענע אותיות אין ייִדישע. יעדער זײַטל װאָס קומט אַרױס איז
באַגלײט מיט קנעפּלעך:
„NYBC Volume“ פֿירט דעם לײענער אין אַ װעבס־אָרט װוּ מע קען
לײענען דעם אָריגינאַל.
„לײען די זײַט“ פֿירט דעם לײענער צום זעלבן אָרט װי אין „זײַטן“
אױבן.
ג: ייִװאָ־אױסלײג
אַרײַנצולײגן דעם טעקסט אין ייִװאָ־אױסלײג פֿאָדערט עטלעכע פּרטים.
1. װוּ אַרײַנצושטעלן אַ מקף? ערשטנס, אין װערטער געשאַפֿן פֿון צװײ סובסטאַנטיװן, אױב
די רעזולטאַט פֿאַרמאָגט פֿיר זילבן אָדער העכער, לײגט מען אַ מקף, אָבער װען ניט, איז
ניט קײן מקף (סײַדן קלאָרקײט פֿאָדערט אַ מקף אָדער כאָטש אײן װאָרט פֿון די צװײ שטאַמט
פֿון לשון־קודש). למשל: „זײגער־מאַכער“, אָבער „טינטמאַכער“.
2. װען אַ קאָנװערב קומט גלײַך נאָך אַ
װערב, װי „ער הײבט אָן“, טאָר ניט זײַן קײן מקף, אַחוץ אין פֿאַלן װען מען מאַכט פֿון די
צװײ װערטער אַ סובסטאַנטיװ: „ער האָט געגעבן אַ הײב־אױף“, „טוט זי אַן עפֿן־אױף“.
3. מען שטעלט אַ מקף צװישן די צװײ טײלן פֿון אַ פֿאַרטאָפּלטן נאָמען:
„אַריה־לײב“.
4. אַ פֿראַזע װי „אױף דער נאַכט“ פֿאַרמאָגט קײן מקף ניט, אָבער דער
סובסטאַנטיװ װערט אײן װאָרט: „איך זע דאָס דעם גאַנצן אױפֿדערנאַכט“.
5. װערטער און פֿראַזעס װאָס שטאַמען פֿון לשון־קודש האָבן אַ מקף אָדער ניט לױט די
תּקנות פֿון יצחק ניבאָרסקיס „װערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער אין ייִדיש“.
6. אַ מאָל האָב איך אַרײַנגעשטעלט נקודות אין לענגערע ציטאַטן פֿון תּנך אָדער תּלמוד,
דער לײענער זאָל קענען בעסער אַרױסרעדן און פֿאַרשטײן: „הַרְאִינִי אֶת־מַרְאַיִךְ“ פֿון
„שיר־השירים“ אָדער „חֲיָל אֶלֶף אַלְפִין“ פֿונעם פּיוט „אַקדמות“.
ד: טיפּאָגראַפֿיק
1. די טעקסטן זײַנען אין אַ 7000 באַזונדערע זײַטן, לױט די זײַטן פֿון די
אָריגינעלע ביכער אַלײן. װען מע װיל זען אַ טעקסט, נעמט מײַן פּראָגראַם די נױטיקע זײַטן
און טראַנספֿאָרמירט זײ. זי פֿאַרקוקט די ערשטע צװײ שורות פֿון יעדן זײַטל,
װאָס זײַנען געװײנטלעך אַ טיטל
און אַ זײַטל־נומער. דערנאָך לײגט זי דעם טעקסט אין אַן „HTML“ פֿאָרעם. יעדער שורה װאָס
הײבט זיך אָן מיט פֿיר בלױזן איז אַ נײַע פּאַראַגראַף. שורות װאָס הײבן זיך אָן מיט אַכט
בלױזן זײַנען אַ טײל פֿון אַ ליד װאָס מוז אַרױס מיט אַלע שורות װי זײ שטײען און גײען.
שורות װאָס הײבן זיך אָן
מיט צװעלף בלױזן זײַנען קאַפּיטל־טיטלען, װאָס װײַזן זיך אַרױס מיט גרעסערע אותיות. אַ
פֿראַזע װאָס שטײט אין װינקל־קלאַמערן (< < ... > >) איז װי „איטאַלישע“ אותיות און קומט
אַרױס מיט <<שיפֿע, קאָלירטע אותיות>>