לײען קאָרעקטור אין באַנד 202589

רעדאַגירט
  • Thu, 16 May 2019: רפֿאל פֿינקל:
  • Fri, 07 Feb 2020: רפֿאל פֿינקל:
  • Wed, 03 Jun 2020: רפֿאל פֿינקל:
  • Sun, 10 Jan 2021: רפֿאל פֿינקל:
  • Mon, 15 Jan 2024: [Final editing pass]:
אָט איז װי דער בלאַט זעט איצט אױס.
אינסטרוקציעס זײַנען דאָ.
אפֿשר װילט איר שערן און קלעפּן פֿון די־אָ בוכשטאַבן:
־ אַ אָ בֿ וּ װ ױ יִ ײ ײַ כּ פֿ פּ שׂ תּ


פֿ ו ן  כּ ת ר י ל ע װ ק ע                             147

אַנשל האָט געקאָנט!) ― כּך־וכּך, אַדוני קעניג, אַזױ איז די מעשׂה:
„דײַנע ייִדן, זאָגט ער, האָבן זיך ניט װאָס צו באַקלאָגן. נישט מער, זאָגט
ער, אױב דעם מלך איז גוט אױפֿן האַרצן און אױב איך האָב געפֿונען
לײַטזעליקײט אין די אױגן פֿון מײַן האַר, און אױב, זאָגט ער, מײַן האַר
װעט ניט זײַן אין גרימצאָרן אױף זײַנע קנעכט, װעל איך דיר, זאָגט ער,
זאָגן דעם גאַנצן אמת. חנה זײַ װיסן, אַדוני קעניג, אַז בײַ דיר אין דער
מדינה פֿירט זיך, ברוך־השם, גאַנץ נישקשהדיק, און די ייִדן לעבן מיטן
חסד פֿונעם „קנעפּל“. איז דאָס קנעפּל, זאָגט ער, אַ קנעפּל, איז מהיכא־תּיתי.
און טאָמער חלילה ניט ― איז, זאָגט ער, זײער ביטער. אָט איז ניט
לאַנג אַראָפּגעקומען צו אונדז אַ קנעפּל, זאָגט ער, איז ער אַ נקי־כּפּימניק,
קײַען מיר פֿון אים די ערד! ס'איז נאָך בײַ דיר אין דער מלוכה
אַזעלכער, זאָגט ער, קײנמאָל ניט געװען, מע זאָל אױספֿאָרן די גאַנצע מדינה
לאָרכּה־ולרחבה. אַ קנעפּל אַ נקי־כּפּימניק ― דאָס איז אַ מכּה אַשר לא
כּתובֿה בתּורה!“... קוקט אױף אים דער אָדון־הגדול און רופֿט זיך אָן
צום זײדן: „איך װעל דיר זאָגן דעם אמת ― דו רעדסט עפּעס אַזױ
פֿאַרשטעלט, אַז איך הײב ניט אָן צו פֿאַרשטײן, װאָס הײסט עס בײַ דיר אַ
נקי־כּפּימניק און װאָס הײסט עס בײַ דיר אַ „קנעפּל“?“... רופֿט זיך אָן
דער זײדע: „נקי־כּפּימניק הײסט אַ פּריץ, װאָס נעמט ניט, און אַ
„קנעפּל“ ― דאָס מײנט מען, זאָגט ער, דעם אָדון־הקטן, װאָס דו שטעלסט
אַװעקעט אין יעדער שטאָט, ער זאָל אַכטונג נעבן אױף דײַן מלוכה. גיט ער,
זאָגט ער, אַכטונג און אין עטלעכע יאָר אַרום װערט ער אַן עושר. פֿון
װעמען? ― געװײנטלעך, פֿון ייִדן. װאָרעם ייִדן, זאָגט ער, זײַנען שױן
געװױנט געװאָרן. אַזױ װי, זאָגט ער, אַ ייִד דאַרף דאַװנען אַלע טאָג, אַזױ,
זאָגט ער, װײס אַ ייִד, אַז אַ פּריץ דאַרף נעמען און אַ ייִד דאַרף נעבן. סע
שטײט, זאָגט ער, בײַ אונדז געשריבן: „נתבעים למשכּן ונותנים, נתבעים
לעגל ונותנים“... און ― זאָגט אים װײַטער דער זײדע מיטן לשון פֿון
פּסוק: ― <<החילות להראות את חסדך לעבֿדך>> ― ביסטו שױן געװען אַזױ
גוט און האָסט מיך, זאָגט ער, אױסגעהערט ביז אַהער, װעסטו שױן
באַװײַזן דײַן גענאָד צו דײַן קנעכט און אױסהערן מיך שױן ביזן סוף“.
    „חנה, זאָגט ער, זײַ װיסן, אַדוני קעניג, אַז נעמען, זאָגט ער, נעמט
מען בײַ דיר אין דער מלוכה אומעטום, פֿון הודו ביז כּוש.  נישט
נעמען נעמט ניט בײַ דיר נאָר אַ קאַליקע, װאָס האָט ניט קײן הענט... און
expanded

ניצער־נאָמען
אײַער פֿולער נאָמען
פּאַראָל
בליצאַדרעס  

זוכמיטל סטאַטוס
בוך נומער: זײַט נומער: