עס זינגט זיך ניט
מאַרק װאַרשאַװסקי

אױ, ענטפֿערט מיר, איך בעט אײַך זײער,
װאָס האָב איך מיך אַזױ צעזונגען?
דאָס לעבן קומט אָן אַזױ שװער,
דאָס האַרץ װערט אָקערשט ניט צעשפּרונגען.

אי דאָ, אי דאָרטן טריפֿט זיך בלוט...
אױ, װערט פֿאַרשטומט איר פֿרײלעכע לידער!
דאָס לעבן איז פֿאַרביטערט, ברידער,
שם זינגט זיך ניט, עס זינגט זיך ניט!