װאָס מער ס'בלוטיקט מײַן האַרץ
מאַרק װאַרשאַװסקי

װאָס מער ס'בלוטיקט מײַן האַרץ,
װאָס מער כ'פֿיל אין אים קעלט...
װאָס מער טיפֿער מײַן שמאַרץ ―
איז מיר װײַטער די װעלט...

װאָס מער ס'בלוטיקט מײַן האַרץ,
װאָס מער לײדן ס'האָט...
װאָס מער טיפֿער מײַן שמאַרץ ―
איז מיר נעענטער מײַן גאָט!