אונדזער אָרעם קינד
מרדכי געבירטיג

איך קום צו דיר דאָס לעצטע מאָל,
	נישט בעטן זיך, אָ, נײן,

	איך װײס, אומזיסט איז יעדעס װאָרט,
	דײַן האַרץ איז פֿון אַ שטײן.

איך קום צו דיר דאָס לעצטע מאָל,
	דערמאַנען דיך אַצינד,

	װאָס װעט געשען אין פֿינדלהױז
	מיט אונדזער אָרעם קינד.

איך האָב מײַן װעלט שױן אָפּגעלעבט,
	איך שטײ שױן האַרט בײַם ברעג,

	באַלד װעט דער טײַך אַ זינדיקע
	פֿאַרשלעפּן װײַט אַװעק.

און דו װעסט זיך אױפֿזוכן באַלד
	אַ פֿרױ פֿון רײַכן הױז,

	װעסט האָבן מיט איר קינדערלעך,
	זײ פּיעשטשען אױף דײַן שױס.

אַ לעבן פֿול מיט גליק און פֿרײד
	פֿאַר דיר, פֿאַר זײ באַגינט ―

	װאָס װעט געשען אין פֿינדלהױז
	מיט אונדזער אָרעם קינד?