הײ, ציגעלעך
מרדכי געבירטיג
הײ, ציגעלעך, קומט אַהער צו מיר געשװינד,
אַ שײן לידעלע װעל איך אױפֿזינגען אײַך אַצינד,
פֿון אַ פּאַסטעכל הײבט דאָס לידעלע זיך אָן
און אַ מײדעלע װאָס האָט כּישוף אים געטאָן.
הײ, ציגעלעך, הערט װאָס װײַטער איז געשען:
לוסטיק, לעבעדיק איז אַמאָל ס'פּאַסטעכל געװען,
הײַנט װי אומעטיק, קוקט די שעפֿעלעך נישט אָן,
בענקט נאָכן מײדעלע װאָס האָט כּישוף אים געטאָן.
הײ, ציגעלעך, הערט פֿון לידעלע דעם סוף:
װי יתומימלעך בלאָנדזשען איצט זײַנע בידנע שאָף,
טיף אין טײַכעלע ליגט דאָס פּאַסטעכל נאָך הײַנט
און דאָס מײדעלע זיצט בײַם װאַסערל און װײנט.
|