דאָס טרױער־ליד מאַרק װאַרשאַװסקי זינגער קאַלט אין יערן אבֿר, פֿינצטער װי אין קבֿר, הונגער, צער און נױט... הונגער, צער און נױט... שװאַרצע װאָלקנס שװעבן, שװאַרץ איז אונדזער לעבן... אױ דאָס איז דער טױט! אױ דאָס איז דער טױט! כאָר לאָמיר, ברידער, שלעפּן, לאָמיר, ברידער, שלעפּן דעם גלות װי ער איז גרױס! דעם גלות װי ער איז גרױס! ביז די שעה װעט שלאָגן, ביז די שעה װעט זאָגן, אַז דאָס ליד איז אױס! אַז דאָס ליד איז אױס! גרױס איז אונדזער לײדן, צער אונדזער גן־עדן און אין צרות רײַך. און אין צרות רײַך. גיסט אײַך, גיסט אײַך טרערן, באַלד װעט פֿון אײַך װערן בלוט אַ גאַנצער טײַך... בלוט אַ גאַנצער טײַך... לאָמיר, ברידער, שלעפּן... |