טרילי טרילילי
מרדכי געבירטיג

זיצט אַ פֿײגעלע אױף אַ בײמעלע,
אַ האַרבסט־װינטל בלאָזט אין פֿעלד, ―
אַ האַרבסט־װינטל בלאָזט אין פֿעלד, ―
	װײַט אַװעק איז מיר מײַן חתן שלמהלע,
	זוכן אַרבעט אין דער װעלט ―

	טרילי, טרילילי, אַ געזאַנג
	שיקט דאָס פֿײגעלע אַראָפּ צו מיר,
	אױ! טרילי, טרילילי, אױ, װי באַנג
	איז אונדז בײדע, מיר און דיך.

זינגט דאָס פֿײגעלע אַ קלאָג־לידעלע,
ערגעץ שטאַרבט אין פֿעלד אַ בלום,
ערגעץ שטאַרבט אין פֿעלד אַ בלום,
	געהאַט פֿון שלמהלען אַ טרױעריק בריװעלע ―
	נױט און עלנט אומעטום.

	טרילי...

זינגט דאָס פֿײגעלע, אַך, פֿון גרינעם גראָז,
בינטעלעך שױן טרוקן הײ,
בינטעלעך שױן טרוקן הײ,
	ס'גײען אַרבעטער אַרום דאָרט אַרבעטסלאָז,
	שלמהלע אױך צװישן זײ.

	טרילי...

זינגט דאָס פֿײגעלע, װײ, פֿון בײמעלע,
בלעטלעך רײַסט דער װינט מיט כּעס,
בלעטלעך רײַסט דער װינט מיט כּעס,
	מחנות אַרבעטער און אױך מײַן שלמהלע
	הונגערן אין מיטן גאַס.

	טרילי...

פֿלי, מײַן פֿײגעלע, טײַער בריאהלע!
	איבער ימען, װײַט און ברײט,
	איבער ימען, װײַט און ברײט,
	ברענג פֿון שלמהלען אַ גוט ידיעהלע
	און דערצײל אים, װי איך לײד.

	טרילי...


שיקט דאָס פֿײגעלע אַראָפּ צו מיר,
אױ, טרילי, טרילילי, אױ, װױ באַנג
איז מיר, שלמהלע, אַן דיר.