תּנחום דער טרובאַטש מאַרק װאַרשאַװסקי לאָז דאָס ליד זײַן אַ זכר צו אונדזער „תּנחום באַראַבאַנטשיק“ עליו־השלום פֿון זשיטאָמער. ער איז געװען אַ ייִד אַ גבֿר, אַן אױסגעדינטער סאָלדאַט מיט באַקנבערד און מיט עטלעכע מעדאַלן, מיט װעלכע ער פֿלעגט זיך שטענדיק באַרימען. מיר, ייִדישע קינדער, האָבן אים שטאַרק ליב געהאַט דערפֿאַר, װאָס ער פֿלעגט אונדז אַלע פֿרײַטיק לערנען „מאַרשירן“, לױפֿן, שיסן, האַלטן מלחמה... כ'װיל אײַך דערצײלן אַקוראַט טאַקע מיט גרױס אָכאָטע, װי כ'האָב געדינט פֿאַר אַ סאָלדאַט אין דער ערשטער ראָטע. טראָם! טראָם! אַ יונגאַטש בין איך געװען מיט בײנער, מע האָט מיך געמאַכט פֿאַר אַ טרובאַטש, איך האָב געשפּילט װי קײנער. טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! איך האָב געשפּילט װי קײנער. כ'װיל אײַך זאָגן, ס'איז ניט גרינג אױף דער טרובע צו טרובען: דאָ מוז מען פֿאַרשטײן זיך אױפֿן װוּנק, און גוטע אױערן האָבן. טראַם! טראַם! צו מאָכן „פּױпой: זינג!“ כ'לעבן איז אַ סך גרינגער: דאָ מוז מען שפּילן אָט אַזױ ― טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! און מאָכן מיט די פֿינגער! איך װיל ניט פֿאַרלײקענען פֿאַר אײַך, איך פֿלעג מיך פֿרײלעך פֿילן, אַז איך פֿלעג שטיקלעך גאָר אַ סך אױף מײַן טרובע שפּילן. טראַם! טראַם! אין ערשטן ריאַד פֿלעג דער קאָמאַנדיר מיך שטעלן. אַז איך פֿלעג שפּילן אױפֿן פּאַראַד פֿלעג דער קאָמאַנדיר אָנקװעלן. טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! פֿלעג דער גענעראַל אָנקװעלן! אַז די דיװיזיע טײלט זיך אָפּ אױף צװײ גאַרניזאָנעס גרױסע, און דער גענעראַל טוט אַ געשרײ: „ספּראַװאַ װזװאָדאָם סטרױסיאַсправа взводом стройся: פּאָלק אין אַ ליניע אױף רעכטס!“ טראַם! טראַם! דאָ פֿאַלט אַרײַן די טרובע מיט אַ קול פֿון אײַזן, און איר העלפֿט־אונטער דער באַראַבאַן, װי זינגערלעך דעם חזן. טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! װי זינגערלעך דעם חזן! אױף די מאַניעװרעס איז אַזױ שװער גלײַך װי אין אַ מלחמה: סאָלדאַטן לױפֿן אַהין און אַהער פּינען מיט דער נשמה... טראַם! טראָם! דער מוזיקאַנט טאָר זיך ניט זײַן טועה: דער גענעראַל טוט אַ מאַך מיט דער האַנט שפּילט ער שױן „ק'אַטבױוк атвою: צו אײַך“. טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! שפּילט ער שױן „ק'אַטבױו“! אַמאָל מוז מען שלאָגן גאָר דעם פֿײַנט, אונטערװײַלעכץ איז גלײַכער... די סאָלדאַטן מיט דער ביקס אין דער האַנט לײגן זיך אױף די בײַכער... טראַם! טראָם! מ'האָט אָנגעגרײט גאַנצע פֿעסער מיט פּאָראָך; דער גענעראַל הײסט שפּילן שטילערהײט, מע זאָל ניט הערן קײן שאָרך! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! מע זאָל ניט הערן קײן שאָרך! דאָ לאָזן זיך די סאָלדאַטן פֿון דעם אָרט גלײַך צו דער אַטאַקע... באָמבעס, קױלען, דאָ און דאָרט, ס'איז אַ מורא טאַקע! טראַם! טראַם! פֿון אױבן אָן שפּיל איך און גײ אין פֿײַער, פֿאַלן װעל איך לעבן דער פֿאָן, װאָרעם זי איז מיר טײַער! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! װאָרעם זי איז מיר טײַער! נאָך דער מלחמה אַרום שבֿועות האָב איך מיך אַהײם דערקליבן, אַז רחל האָט דערזען, אַז איך בין אָן אַ פֿוס, איז זי חלשות געבליבן. טראַם! טראַם! ניטע װײן, רחניו מײַן לעבן! דו זעסט דאָך צו, אַז גאָט אַלײן האָט געראַטעװעט מײַן לעבן! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! האָט געראַטעװעט מײַן לעבן! אױ, װײנען, רחלע, איז מיאוס, לאָז איבער די טרערן אױף מאָרגן: צי מיט אַ פֿוס, צי אָן אַ פֿוס ― דערפֿאַר װעט גאָט שױן זאָרגן. טראַם! טראַם! דער קײסער אַלײן האָט מיר אַ מעדאַל געגעבן. איך האָב אים זוכה געװען צו זען ־ הונדערט האָר װעל איך לעבן! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! טראַ־טאַ־ראַ־ראַ! הונדערט האָר װעל איך לעבן! |