שׂרה און רבֿקה מאַרק װאַרשאַװסקי אַז איך בין געקומען קײן ראַכמעסטריװקע האָב איך דאָרט צװײ שײנע שװעסטער געזען: אײנע האָט געהײסן שׂרה, די אַנדערע רבֿקה, ― צװײ שײנע כּלות זענען דאָס געװען; יעדע פֿון זײ האָט געהאַט אַן אַנדער מעלה. דאָ האָט זיך פֿאַרדרײט מיר דער קאָפּ אױפֿן אָרט: װעלכע פֿון זײ זאָל איך מיר נעמען פֿאַר אַ כּלה, װעלכער פֿון בײדע זאָל איך געבן דאָס װאָרט? אין שׂרהלעס אױגן קען מען גלײַך ניט קוקען, װי די זון אין תּמוז אַזױ שײַנען זײ: זײ שמײכלען, זײ לאַכן, זײ רעדן, זײ קװיקן דאָס האַרץ, אַז זי טוט אַ קוק נאָר מיט זײ. אָבער רבֿקהס אױגן ברענען װי פֿײַער, שװאַרץ װי די קױלען װאָס טיף אין דער ערד: אַז זי הײבט זײ אױף, װערט דאָס לעבן טײַער, אַז זי לאָזט זײ אַראָפּ ― האָט דאָס לעבן קײן װערט. אַזעלכע װי שׂרה געפֿינט איר ניט אין די ביכלעך: גאָלדענע הענט האָט זי — איר זאָלט נאָר זען... זי האָט אױסגעהעפֿט פֿאַר זיך אַ פּאָר גאָלדענע שיכלעך, אין זײ, זאָגט זי, װעל איך צו דער חופּה גײן. רבֿקה האָט אין אײן פֿרײַטיק אױפֿגענײט אַ קלײדל, און שבת האָט זי עס אָנגעטאָן צוליב מיר אין דער פֿרי... גליקלעך װעט זײַן דער, װער ס'װעט נעמען אָט דאָס מײדל ― װער פֿאַרמאָגט איר שײנקײט ― קוקט אײַך נאָר צו! איך האָב אַמאָל אַ סוד אין אױער אײַנגעראַמט שׂרהן ― האָט זי זיך צעװײנט װי אַ פּיצעלע קינד. „אַקעגן װאָס, פֿרעגט זי מיך, ביסטו געקומען צו פֿאָרן, צו װאָס האָט דיך געבראַכט אַהערצו דער װינט?“ אַז עס האָט זיך אין מיר צעשפּילט די װילדע קליפּה. האָב איך רבֿקהן אײַנגעראַמט דעם אײגענעם סוד. „נאַר! דו װילסט אַ קוש ― שטעל פֿריִער אַ חופּה: איך בין דיר ניט האַפּקע, דו ביסט ניט פֿעדאָטФедоt: Theodotus!“ כ'האָב געקלערט און געטראַכט, און געגעבן מיר עצות, ביז איך האָב אַװעקגעלײגט די בושה אױף אַ זײט: אָט אַ פּנים מע מוז נעמען די פֿיס אױף די פּלײצעס, אַזױ האָב איך געלערנט אין דער גמרא אַ פּשט. פֿון דענסטמאָל אָן האָב איך מער ניט געקליבן, נאָר שׂרהן און רבֿקהן געדענק איך גאַנץ גוט... אױ! איך בין אַן אַלטער בחור געבליבן! אױב איך האָב חרטה, פֿרעג מיך שױן ניט! |