שױן שטיל איז אין געסל
מרדכי געבירטיג

שױן שטיל איז אין געסל,
פֿאַרמאַכט שױן אַלע קראָמען,
דער זײגער שלאָגט ערגעץ אױס שױן נײַן,
	ער זאָגט מיר אָן די בשׂורה,
	אַז באַלד אַראָפּ װעט קומען
	מײַן טײַער שׂרהלע, געזונט זאָל זי מיר זײַן.

אָט זע איך איר שאָטן
אין שטוב אַרום שױן שפּרינגען,
זי אײַלט זיך, אָט עפֿנט זי די טיר,
	שױן הער איך איר געלעכטער,
	װי ס'װאָלטן גלעקלעך קלינגען,
	און אָט שטײט מײַן שׂרהלע אַ פֿרײלעכע פֿאַר מיר.

― כ'בין הײַנט טאַקע פֿרײלעך,
ס'װעט יאָסל זיך אױך פֿרײען,
כ'האָב שױן מײַן אױסשטײַער אױפֿגענײט,
	נאַר מעבל און אַ דירה,
	און דאַן נעם איך זיך נײען
	צו אונדזער חתונה מײַן אײגן חופּה־קלײד.

― און דאַן צו דער חופּה ―
ס'איז ליכטיק װי בײַ שׂררים,
נאָך אײן אױגנבליק צום הרי־אַתּ,
	און דאַן דאָס מיצװה־טענצל ―
	אַ פֿרײלעכס שפּילט, קלעזמאָרים!
	כ'האָב מיט מײַן שׂרהלען שױן חתונה געהאַט.

― און דאַן װעט מײַן יאָסל
אױף אױסהאַלטונג פֿאַרדינען,
און איך װעל חוץ נײען פֿירן ס'הױז,
	― און שׂרהלע מײַן װײַבל
	צום יאָר װעט מיר געװינען
	אַ טײַער ייִנגעלע אים האַלטן אױף מײַן שױס,

און זינגענדיק דאָס לידל
פֿון ראָזשינקעס מיט מאַנדלען,
װעל קוקן װי ס'ייִנגעלע שלאָפֿט אײַן,
	אַ װיגעלע, מײַן שׂרהקע,
	אַ שײנס װעל איך אױסהאַנדלען,
	װי בײַ דעם גרעסטן גבֿיר אַ װיגעלע מוז זײַן.

― דו האַנדלסט שױן אַ װיגל,
פֿאַרגעסן האָסט אַ פּנים,
מיר האָבן נאָך נישט, יאָסעלע דו מײַן
	קײן מעבל און קײן דירה,
	מיר זײַנען צװײ קבצנים,
	כ'מײן אונדזער חתונה װעט אַזױ גיך נישט זײַן.