דאָס פֿרײלעכע שנײַדערל
מאַרק װאַרשאַװסקי
אַז דער יום־טובֿ הײבט זיך אָן צו באַװײַזן
װער איך בײַ מיר אַ גדול:
איך לײג אַװעק מײַן שער און אײַזן
און װוּ כ'האָב בײַ מיר נאָר אַ נאָדל.
אױפֿגעהערט נײען, אַרבעט זוכן,
האַרצעדיקער טאַטע!
אַ ביסל װײן אום יום־טובֿ צו פֿאַרזוכן
איז בעסער װי צו לײגן אַ לאַטע!
אַז דער יום־טובֿ קומט, װערט מיר אַ ביסל
פֿרײלעך אױף דער נשמה;
בפֿרט אַז גאָט גיט, ס'איז דאָ אין שיסל ―
װערט דאָס לעבן אַ נחמה.
דאָס האַרץ איז זיך פּשוט טאַקע מחיה,
ניט דאָ קײן גריזאָטע:
חנה טוט אָן מלבושים נײַע,
און איך מײַן קאַפּאָטע!...
די קינדער זאַט ― ס'יז טאַקע אַ חידוש,
זײ שפּילן אקח־און־מקח.
נאָך דער שול מאַך איך אַ גוטן קידוש
און פֿאַרבײַס מיט קאָרענעם לעקעך.
צו די פֿיש האָב איך גײן טענה ―
זענען גוט געפֿעפֿערט און געזאַלצן:
אַז מען נעמט זײ אין מױל ― לעבן זאָל חנה ―
װערן זײ אין מױל צעשמאָלצן!
דאָס גלעזל װײַן איז לױטער װי דער הימל
און װאַרעמט װי אַ פּעלץ אום װינטער:
נאָכן בעטשן כאַפּ איך אַ גוטן דרימל
און חנה כאָרכלט אונטער.
דאָ כאַפּ איך איך אױף ― ס'איז ניט קײן װוּנדער,
מען טאָר קײן צײַט פֿאַרלירן.
נעם איך מיר חנה און בײדע קינדער
און גײ מיר אױפֿן שליאַך שפּאַצירן!
באַלד טרעף איך אונדזער קאָמאַנדע דאָרטן,
מען רעדט פֿון דער מלחמה,
װי מען מאַכט פּושקעס אַלערלײ סאָרטן,
מען לײגט מענטשן אין דער אַדמה.
מען פֿאַרגיסט בלוט אָן רחמנות ―
מענטשן קױלענען מענטשן;
הײַנט זאָגט מיר טאַקע בנאמנות
צי קאָן אַזױנס גאָטעניו בענטשן?
כאָטש אין דער מלחמה פֿאַרשטײ איך מיר װײניק ―
װאָס האָט מען דאָ צו שמועסן:
איך זאָל זײַן דער פּרײַסישער קעניג
װאָלט איך פֿאַרבאָטן צו שיסן;
איך װאָלט ניט דערלאָזט אַזױנע רציחות,
איך װאָלט געזאָגט אָן מורא:
אַנשטאָט זיך צו שלאָגן ― בײדע מלוכות
בעסער גײן צו אַ דין־תּורה!...
דערנאָך גײען מיר צו גאַסט צו אונדזערע שכנים,
מען רעדט זיך אױס דאָס האַרץ צו ביסלעך,
װי מיר װעלן זײַן אין ציון אין אײנעם,
מען רעדט און מען קנאַקט זיך ניסלעך.
אױ, איך װעל אײַך זאָגן, טײַערע קינדער,
די מעשׂה איז ניט קײן נײַע ―
אַז גאָט װיל מאַכט ער די גרעסטע װוּנדער
בײַ זיך אין דער מאַסטערסקײַע!
נאָר די יום־טובֿדיקע טעג פֿאַרגײען,
האַרצעדיקער טאַטע!
װידער שנײַדן, װידער נײען,
װידער לײגן אַ לאַטע;
װידער ציט זיך דאָס אַלטע לעבן,
אױ װײ, חנה, סערצע־לעבן,
צי האָסטו ניט װאָס צו פֿאַרבײַסן?!
|