די שיף
מאַרק װאַרשאַװסקי
דאָרט װײַט אױף דעם ים אױף דעם גרױסן
שטײט גרױס װי אַ מױער אַ שיף;
מ'זעט מענטשן פֿון אינעם, פֿון אױסן,
גײן, לױפֿן אַראָפּ און אַרױף.
איר װעט זײ אַװדאי דערקענען,
איר האָט זײער אומגליק געהערט...
זײ קלאָגן װי עלנט זײ זענען,
דאָס פּנים איז שװאַרץ װי די ערד!
פֿאַרטריקנט, פֿאַרדאַרט אַלע גלידער,
פֿאַרמוטשעט פֿון הונגער, פֿון נױט ―
ס'זענט איר, מײַנע אָרעמע ברידער,
איך לײען אױף אײַער פּנים דעם טױט...
נאָר ביטערע טרערן כּסדר,
אַ לעבן פֿון צרות און זאָרג...
טיף שנײַדן דאָס װאַסער די רעדער,
זײ טראָגן די שיף קײן ניו־יאָרק...
דאָרט זיצט אַן אַלמנה אַ מוטער,
דאָס אָרעמע קינד אױף איר שױס,
זי װײנט אַזױ שטאַרק, אַזױ ביטער,
צי װײסט איר ― איר אומגליק איז גרױס!
דאָרט װוּ זי איז געװאַקסן, געבױרן ―
פֿאַרלאָזט טאַטע־מאַמע אַלײן...
זי האָט זײ אױף אײביק פֿאַרלױרן,
זײ װעלן זיך שױן מער ניט זען!
אַ ייִד װײנט מיט ביטערע טרערן,
פֿאַריאָמערט, פֿאַרװאָגלט, פֿאַרשמאַכט,
װאָס װעט מיט די קינדער דאָרט װערן,
זײ בלאָנדזשען, ס'איז פֿינצטער די נאַכט...
מיט װעם װעל איך ריכטן דעם סדר? ―
ער האָט זיך צעװײנט אַזױ שטאַרק...
טיף שנײַדן דאָס װאַסער די רעדער,
זײ טראָגן די שיף קײן ניו־יאָרק...
דאָרט װאַלגערן זיך פּיצלעך קינדער,
אין פּנים קײן שום טיפּת־דם...
װאָס פֿרעגט איר? ס'אַװדאי אַ װוּנדער!
זײ מוטשען זיך מן־הסתּם:
דאָס שטיקעלע ברױט, יעדער ביסן
קומט־אָן אױך דעם קינד מיט געװײן...
דאָס האַרץ האָט אױף שטיקער געריסן
די טרערן, די טרערן צו זען!...
שױן אונטערגעגאַנגען די שטערן,
אַ װאָלקן רוקט־אָן אױף דעם אָרט ―
דאָס זענען די ביטערע טרערן,
פֿאַרגאָסענע טרערן אָט דאָרט...
קאַיאָר האָט געדאַװענט יעדער,
אַװעק איז דער צער און דער זאָרג.
די זון האָט געשײַנט ― און די רעדער ―
די שיף שױן געבראַכט קײן ניו־יאָרק.
|