אױ, מאַמעניו מײַן
מרדכי געבירטיג
אױ, מאַמעניו מײַן, מאַמעניו, מײַן טײַערע!
איז דאָס אמת, מאַמע,
אַז דער ליבער גאָט
מיר מײַן גוטן טאַטן
צוגענומען האָט?
פֿאַרװאָס גראָד מײַן טאַטן,
מיך פֿאַרדריסט דאָס זײער,
איך װעל, זאָגט דער זײדע,
אים נישט זען שױן מער.
מאַמעניו מײַן, כ'װיל, מאַמעניו מײַן,
בײַם טאַטן זײַן.
אױ, מאַמעניו מײַן, מאַמעניו, מײַן טײַערע!
איז דאָס אמת, מאַמע,
װאָס דער זײדע זאָגט,
אַז די טױטע לײַדן
װען נאָך זײ מען קלאָגט?
און װען מיר דאָ װײנען
האָבן זײ קײן רו ―
כ'װעל שױן מער נישט װײנען
װײן נישט, מאַמעניו.
מאַמעניו מײַן, אױ, מאַמעניו מײַן, כ'בעט דיך,
נישט װײן.
אױ, מאַמעניו מײַן, מאַמעניו, מײַן טײַערע!
איז דאָס אמת, מאַמען
װאָס איך האָב געהערט?
װען משיח װעט קומען
אױף זײַן װײַסן פֿערד,
װעלן אַלע מתים
אױפֿשטײן פֿון דאָס נײַ
און מײַן גוטער טאַטע
װעט זײַן צװישן זײ?
מאַמעניו מײַן! אױ, מאַמעניו מײַן,
װען װעם דאָס זײַן?
|