אױ, ברודערל, לחײם!
מרדכי געבירטיג
טרינק, ברודער, טרינק אױס
דאָס גלעזל ביז צום גרונט,
װעסטו װערן פֿריש און מונטער,
פֿרײלעך און געזונט.
(רעפֿרײן)
אױ, ברודערל לחײם!
טרינק אַ ביסעלע װײַן,
דאָס פֿאַרטרײַבט די מרה־שחורה,
יעדע זאָרג און פּײַן.
מיר איז אױך ס'לעבן
אַמאָל געװען אַ לאַסט
כ'האָב װי דו גאָטס נאַריש װעלטל
װי דעם טױט געהאַסט.
(רעפֿרײן)
איצט, ברודער, טרינק איך
און פֿיל זיך פֿריש, געזונט,
װען מען שלעפּט דעם קראַנקן אײַן,
דאַן שמערצט אים ניט די װוּנד.
(רעפֿרײן)
איצט ברודער, טרינק איך,
און װאָס פֿעלט מיר אַצינד?
כ'פֿיל זיך גליקלעך װי אַ קעניג,
פֿרײלעך װי אַ קינד.
(רעפֿרײן)
איצט ברודער, טרינק איך,
און װען עס רױשט אין קאָפּ,
פֿײַף איך אױף דער גאַנצער װעלט
און טאַנץ מיר האָפּ, האָפּ, האָפּ.
(רעפֿרײן)
אױ, ברודערל, לחײם!
װען עס רױשט אין קאָפּ,
פֿײַף איך אױף דער גאַנצער װעלט
און טאַנץ מיר האָפּ, האָפּ, האָפּ.
|