דעם אָדלערס קלאָג
מאַרק װאַרשאַװסקי
איך האָב אױך אַמאָל גרױסע פֿליגל געהאַט...
כ'פֿלעג פֿליִען אַהער און אַהין,
הײַנט ליג איך און בין פֿון דעם טױט שױן ניט װײַט,
איך קען מיך ניט רירן, ניט פֿליִען...
אַרױסגעצאַפּט האָט מען פֿון מיר שױן דאָס בלוט,
קײן פֿליגל ניטאָ...
קוקט אַהער...
װאָס טױג מיר מײַן לעבן, איך װיל עס שױן ניט.
אַז כ'האָב מײַנע פֿליגל ניט מער!
כ'פֿלעג פֿליִען, מיך הײבן ביז אין הימל אַרױף,
דורך װאַלד, איבער בערג, איבער טאָל...
כ'פֿלעג אַראָפּלאָזן מיך צו דער ערד, אױף דערױף,
כ'זאָל צום הימל צוריק ― נאָך אַ מאָל...
הײַנט ליג איך געקאָװעט, געפּענטעט גאַנץ גוט,
אַ זיפֿץ טאָן ― אַי דאָס איז מיר שװער...
װאָס טױג מיר מײַן לעבן, איך װיל עס שױן ניט.
אַז איך האָב מײַנע פֿליגל ניט מער?
קינדער, אױ, זאָגט מיר, װוּ זענט איר אַצינד?
אָפּגעריסן זענט איר פֿון מיר!
װי רײַסט מיר מײַן האַרץ, און װי װײ טוט מיר מײַן װוּנד,
און װי רינט פֿון מיר בלוט אָן אַ שיעור!
אױ, קומט גיך צופֿליִען, און שטילט מיר מײַן בליט,
נעמט צו, אױ, מײַן לעצטע טרער...
װאָס טױג מיר מײַן לעבן, איך װיל עס שױן ניט,
אַז כ'האָב מײַנע פֿליגל ניט מער!...
|