אױ, נאַרישע בריאה
מרדכי געבירטיג
װאָס װײנסטו, װאָס קלאָגסטו, אױ, נאַרישע בריאה!
ס'איז נעבעך פֿון דיר שױן אַ תּל,
דיר װעט זיך נאָך טרעפֿן אַזאַ מין מציאה,
װי שלומקע דער שנײַדער־געזעל.
אַבֿרהמל דער אַלמן, אַ ייִד װי אַ שׂררה,
פֿאַרמאָגט אַ סך זילבער און גאָלד.
פֿלעגט בײַ דיר זיך בעטן, געװען די כּפּרה,
און דו האָסט נאָר שלומקען געװאָלט.
נאָר זאָרג זיך נישט, טאָכטער, נאָך װעלן בעלנים
גענוג זיך געפֿינען אױף דיר,
װעסט זען, אַז דער הולטײַ, אַ קלאָג צו זײַן פּנים,
װעט קומען זיך בעטן בײַ דיר.
נו, זאָרג זיך נישט, טאָכטער, עס טרעפֿט בײַ מאַגנאַטן
גענוג יונגעלײַט נאָך פֿאַראַן,
װעסט זען, אַז דער שנײַדערוק, אַ רוח אין זײַן טאַטן,
װעט זײַן נאָך מיט מזל דײַן מאַן.
|