משהלע (דועט)
מרדכי געבירטיג
― משהלע, ביסט עפּעס מיר אַזױ פֿאַרסאַפּעט ―
װער האָט דיר דאָס הענטעלע אַזױ צעדראַפּעט?
האָסט געשלאָגן זיך אין פֿעלד,
ס'נעזל איז דיר אױך צעקרעלט,
ס'בלוט נאָך קאַפּעט.
― טאַטעניו, דאָס האָב איך זיך אין הױף בײַם רבין,
פֿאַרריכטנדיק די הײַזעלעך, אַ שטאָך געגעבן;
נישט געשלאָגן זיך אין פֿעלד ―
מיט דער נאָדל זיך צעקרעלט,
כ'זאָל אַזױ לעבן!
― משהלע, װאָס איז געשען? איך מוז דאָס װיסן ―
װער האָט דיר די הײַזעלעך אַזױ צעריסן?
עפּעס ביסטו מיר פֿאַרװײנט ―
אפֿשר האָט דער רבי הײַנט
דיך געשמיסן?
― טאַטעניו, דער רבי האָט מיך נישט געשמיסן,
מײַנע הײזלעך װײס איך נישט װער ס'האָט צעריסן.
מיר געזאָגט האָט מאָטעלע,
ער האָט זיך ס'קאַפּאָטעלע
אױך צעריסן.
― משהלע, דעם אױגן־בליק אַהער צום טאַטן!
דו האָסט זיך, מײַן ייִנגעלע, אַלײן פֿאַרראַטן.
דיר געזאָגט שױן ס'איז נישט פֿײַן
מאָטל זאָל דײַן חבֿר זײַן,
גענאַרסט דעם טאַטן.
― טאַטעניו, כ'האָב נישט געװאָלט מיט אים זיך שפּילן,
נו האָט ער געגעבן מיר זײַן זײדנס ברילן,
אים דערפֿאַר האָב איך געשענקט
ס'פֿידעלע, װאָס ד'האַסט געברענגט,
כ'זאָל דרױף שפּילן.
― משהלע, ביסט אומפֿאַרשעמט, דו װעסט דאָס פֿילן,
כ'װיל דו זאָלסט מיט מאָטעלען זיך מער נישט שפּילן,
ס'פֿידעלע דעם אױגן־בליק
ברענגען זאָלסטו מיר צוריק,
גיב אָפּ די ברילן.
― טאַטעניו, כ'האָב'ס צ'ריק געװאָלט, ער װיל נישט װיסן,
האָבן מיך זיך בײדע הײַנט צעקרעלט, צעביסן.
מײַן הױז צעפֿליקט האָט מאָטעלע
און איך האָב אים ס'קאַפּאָטעלע
אױך צעריסן.
|