מינוטן פֿון בטחון
מרדכי געבירטיג

ייִדן! זאָל זײַן פֿרײלעך!
שױן נישט לאַנג, איך האָף
ס'עקט באַלד די מלחמה,
עס קומט באַלד זײער סוף,
פֿרײלעך! נאָר נישט זאָרגן
און נישט אַרומגײן טריב,
האָט געדולד, בטחון ―
און נעמט אַלץ אָן פֿאַר ליב...

נאָר געדולד, בטחון,
נישט לאָזט אַרױס פֿון האַנט,
אונדזער אַלט כּלי־זין,
װאָס האַלט אונדז גאָר באַנאַנד,
הוליעט, טאַנצט תּלינים!
שױן נישט לאַנג, איך האָף, ―
געװען אַמאָל אַ המן
עס װאַרט אױף אים זײַן סוף.

הוליעט! טאַנצט תּלינים,
לײַדן קען אַ ייִד
ס'װעט די שװערסטע אַרבעט
אונדז קײן מאָל מאַכן מיד,
קערן? זאָל זײַן קערן!
כּל־זמן איר װעט זײַן,
איז אומזיסט דאָס קערן,
ס'װעט דאָ נישט װערן רײן...

װאַשן? זאָל זײַן װאַשן!
קינס רױטער פֿלעק
הבֿלס בלוט פֿון האַרצן
דאָס װאַשט זיך נישט אַװעק...
טרײַבט אונדז פֿון די דירות!
שנײַדט אָפּ די בערד!
ייִדן! זאָל זײַן פֿרײלעך!...
מיר האָבן זײ אין דר'ערד...

(קראָקע, 2 אָקטאָבער 1940)