דעם מילנערס טרערן
מאַרק װאַרשאַװסקי
אױ אַכציק יאָרן
זענען פֿאַרפֿאָרן,
זינט כ'בין אַ מילנער אָט־אָ־דאָ...
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
איך בין שױן אַלט, און גרײַז און גראָ
ס'איז טעג פֿאַראַנען,
כ'װיל מיך דערמאַנען,
צי כ'האָב געהאַט אַ שטיקל גליק?...
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
קײן ענטפֿער איז ניטאָ צוריק.
מײַן טרײַע מינצי,
מײַן קינד מײַן שפּרינצי,
אױ װײ, אַ יאָמער, אױ אַ שרעק!
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
מיט זײ זענט איר אױך באַלד אַװעק.
פֿון גליק פֿאַרטריבן,
בין איך געבליבן,
אָן װײַב, אָן קינד אָט דאָ אַלײן...
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
און עלנט בין איך װי אַ שטײן.
איך האָב געהערט זאָגן,
מ'װיל מיך פֿאַריאָגן
אַרױס פֿון דאָרף און פֿון דער מיל...
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
אױ, אָן אײן עק און אָן אַ ציל...
װוּ װעל איך װױנען?
װער װעט מיך שױנען? ―
איך בין שױן אַלט, איך בין שױן מיד...
די רעדער דרײען זיך,
די יאָרן גײען זיך,
און אױך מיט זײ גײט אױס דער ייִד...
|