מאַמעניו אַן עצה
מרדכי געבירטיג

מאַמעניו, אַן עצה, אױ, װיל איך איצט פֿון דיר,
כ'קען אַלײן קײן עצה מיר געפֿינען:
	שלמהלע, דער שײנער יונג, ער שדכנט זיך צו מיר,
	כ'ליג אים, זאָגט ער, טאָג און נאַכט אין זינען.

― זאָל דיר זײַן צו מזל, טעכטערל דו מײַן,
אפֿשר װעט דאָס ענדלעך דײַן רעכטער זיװג זײַן, אױ, אױ,
זאָלן טאַטע־מאַמע דיך שױן, גאָטעניו,
פֿירן צו דער חופּה אין אַ מזלדיקער שעה.

― מיר געזאָגט שױן אָפֿן, ער װיל זיך מיט מיר זען,
און די תּנאָים טאַקע באַלד באַשליסן.
	מאַמעניו, דער שידוך װאָלט אַ גליק פֿאַר מיר געװען,
	נאָר אײן סיבה פּײַניקט מײַן געװיסן ―

― זאָגן דיר דעם אמת, טעכטערל דו מײַן,
װילט זיך מיר ניט גלײבן דערפֿון זאָל עפּעס זײַן, אױ, אױ,
הײַנטיקע בחורים, ס'איז שױן אַזאַ װעלט,
װעלן נעמען אַבי װעמען נאָר צוליב געלט.

― מאַמעניו, אָט טאַקע דער ענין שרעקט מיך זײער,
שלמהלען האָב איך דערצײלט אַ ליגן,
	אַ פֿעטער אין אַמעריקע האָב איך אַ מיליאָנער,
	כ'װעל אַ גרױסן נדן פֿון אים קריגן.

― איך האָב עגמת־נפֿש, טעכטערל דו מײַן,
האָסט געטאָן אַ פֿעלער, נו מילא זאָל שױן זײַן, אױ, אױ,
גיב איך דיר אַן עצה, מאַך דערפֿון אַ שװײַג
און מיר װעלן נאָך דער חופּה געבן אים אַ פֿײַג.

― מאַמעניו, איך װיל ניט, אַן עצה, אױ, מיר גיב!
בעטער דאַכט זיך פֿריִער אײדער שפּעטער,
	צו װיסן אױב מײַן שלמהלע האָט אמתדיק מיך ליב,
	צי ליבט ער נאָר מײַן אױסגעטראַכטן פֿעטער.

― נעם דיר נישט צום האַרצן, טעכטערל דו מײַן,
ס'װעט נאָך מיט גרױס מזל אַ חתן פֿאַר דיר זײַן, אױ, אױ,
כאָטש דו האָסט קײן נדן, זײַן פֿון אים געליבט,
אַװדאי איז אַן אָרעם מײדל עלנט און באַטריבט.