לשנה הבאה בירושלים!
מאַרק װאַרשאַװסקי

צי װײסט איר װי עס הײסט דאָס אָרט,
די זון גײט קײנמאָל אונטער דאָרט?
איך װעל אײַך זאָגן מיט אײן װאָרט:
„ציון“ הײסט דאָס אָרט.
שרײַט־זשע, קינדער, צום בורא־שמים:
„לשנה הבאה בירושלים“!

איר זעט דאָך, קינדער, מן־הסתּם:
די זון זי שפּיגלט זיך אין ים.
דאָס שפּיגלט זיך אונדזער גליק,
גײט נאָר טוט אַ קוק.
שרײַט־זשע, קינדער, צום בורא־שמים:
„לשנה הבאה בירושלים“!

אין ציון, אונדזער הײליק אָרט,
װעלן מיר בלומען זײען דאָרט,
בײמער ביז אין הימל הױך, 
און אתרוגים אױך,
שרײַט־זשע, קינדער, צום בורא־שמים:
„לשנה הבאה בירושלים“!

פֿילן װעלן מיר ניט קײן נױט,
גאָט װעט אונדז געבן תּמיד ברױט,
יעדעס פֿעלד מיט ברױט באַשיט ―
גיט קײן עין־הרע ניט! ―
שרײַט־זשע, קינדער, צום בורא־שמים:
„לשנה הבאה בירושלים“!

דערמאָנט אײַך, קינדער, נאָר אָן דעם,
אַז מיר װעלן זײַן אין אונדזער הײם,
װעט זיך ניט גיסן, קײנמאָל ניט,
ייִדיש, ייִדיש בלוט...
שרײַט־זשע, קינדער, צום בורא־שמים:
„לשנה הבאה בירושלים“!

אַז אַ פֿרעמדער װעט קומען אין אונדזער לאַנד,
װעלן מיר אים פֿרײַנדלעך געבן די האַנט:
נאָר דער קען יענעמס צער פֿאַרשטײן,
װער עס האָט געליטן אַלײן...
שרײַט־זשע, קינדער, צום בורא־שמים:
„לשנה הבאה בירושלים“!