קום, לײבקע, טאַנצן
מרדכי געבירטיג

לײבקע, מײַן ליבער, דאָס װעט קײן גוטס נישט געבן,
דו ברענגסט מיט דײַן עקשנות מיך פֿון געדולד אַרױס,
דו מוזט זיך לערנען טאַנצן, איך שװער בײַ אונדזער לעבן,
אלא נישט, איז הײַנט נאָך מיט אונדז אױס ―
מעגסט זיך זײַן װאָס דו ביסט:
אַ פֿאַרברענטער ציוניסט,
אַ בונדאָװעץ, װעמען גײט דאָס אָן?
אַלע איסטן זײַט אַ צײַט,
און אױך די אַגודה־לײַט,
טאַנצן טאַנגאָ און טשאַרלעסטאָן.

	(רעפֿרײן)
	קום, לײבקע, טאַנצן, שעם זיך ניט,
	איך װעל דיר פֿירן שריט בײַ שריט,
	שטעל זיך, מײַן ליבער,
	אַקעגן איבער
	און הײב צוזאַמען מיט מיר אָן,
	נעם פֿעסט אַרום מיך, לײבקע קרױן.
	דאָס װײס איך זיכער קענסטו שױן,
	איצט לאָמיר שװעבן ―
	אַך, סאַראַ לעבן,
	װען ס'טאַנצט אַ פּאָרל טשאַרלעסטאָן.

לײבקע, די מענער, זײ גרינטלעך צו דערקענען,
מײַן בעסטער טערמאָמעטער איז װען איך טאַנץ מיט זײ,
װעלכע שױן באַװײַבטע און װעלכע פֿרײַ נאָך זײַנען,
דאָס דערגײ איך שױן בײַם ערשטן דרײ:
װער עס איז אַ פֿײַנער מאַן,
װער אַ לומפּ, אַ שאַרלאַטאַן,
פֿיל איך, װען דער טאַנץ נאָר הײבט זיך אָן,
און דערפֿאַר, לײבקע קרױן,
װיל איך דיך, און טאַקע שױן,
לערנען טאַנגאָ און טשאַרלעסטאָן.

	(רעפֿרײן)