קיװעלע
מרדכי געבירטיג
שלאָף, מײַן נשמהלע, מײַן טײַער קיװעלע,
אײַ־ליו ליו־ליו ליו, שלאָף־זשע מיר,
ס'איז פֿונעם טאַטעניו געקומען אַ בריװעלע ―
טױזנט זיסע קושן שיקט ער דיר,
ס'איז פֿונעם טאַטעניו געקומען אַ בריװעלע ―
נאָר װײַל דו װײנסט און שלאָפֿסט נישט אײן,
שרײַב איך צום טאַטעניו, אַז שלעכט איז זײַן קיװעלע,
כ'גיב די זיסע קושן דיר נישט, נײן.
שלאָף, מײַן נחמהלע, מײַן טײַער קיװעלע,
שאַ, שטיל, אױ װאָס איז הײַנט מיט דיר?
ס'איז פֿונעם טאַטעניו געקומען אַ בריװעלע ―
ער נעמט אונדז אַריבער, שרײַבט ער מיר;
ס'איז פֿונעם טאַטעניו געקומען אַ בריװעלע ―
נאָר װען דו װעסט נישט רויִק זײַן,
פֿאָרט מיט מיר משהלע און לאהלע און ריװעלע,
דיך לאָז איך דאָ איבער גאַנץ אַלײן.
שלאָף מיר, מײַן קדישל, מײַן טײַער קיװעלע,
פּלאָג נישט און קװעל מיך נישט אומזיסט.
כ'האָב צו דעם טאַטעניו געשריבן אַ בריװעלע,
אים דערצײלט װי שײן, װי שלעכט דו ביסט,
כ'האָב צו דעם טאַטעניו געשריבן אַ בריװעלע ―
נאָר װען דו שלאָפֿן װעסט אַצינד,
פּאָרט צו דעם טאַטעניו מיט אונדז אױך מײַן קיװעלע,
קריגסט די זיסע קושן אױך, מײַן קינד.
|