קאַרטאָפֿל־זופּ מיט שװאָמען
מרדכי געבירטיג
װאָס האָבן מיר צו מיטאָג הײַנט? ―
פֿרעגט יאָסעלע דער מאַמען, ―
מיר װילט זיך עסן, מאַמעניו,
קאַרטאָפֿל־זופּ מיט שװאָמען,
― געהערט אַ חוצפּה, ס'װילט זיך אים
קאַרטאָפֿל־זופּ מיט שװאָמען,
כ'האָב הײַנט געקאָכט אַ קנאָבל־זופּ,
װעסט אָסור זיך נישט סמען.
קאַרטאָפֿל־זופּ װיל יאָסעלע,
און די עלטסטע טאָכטער סאָסעלע
גבֿירישע מאכלימלעך האָט ליב,
נו גיב זײ פֿײַנע שפּײַזעלעך,
װי אין יענע רײַכע הײַזעלעך,
אַז קײן גראָשן איז נישטאָ אין שטוב,
אױ, אַז קײן גראָשן איז נישטאָ אין שטוב.
װאָס האָבן מיר צו מיטאָג הײַנט? ―
אַרײַן אין שטוב קומט סאָסל ―
מיר װילט זיך עסן, מאַמעניו,
אױ, פֿערפֿעלעך מיט ראָסל! ―
― געהערט אַ חוצפּה, פֿערפֿעלעך
מיט ראָסל װי מאַגנאַטן,
כ'האָב הײַנט געקאָכט אַ קנאָבל־זופּ,
ס'װעט אָסור דיר נישט שאַטן.
קאַרטאָפֿל־זופּ װיל יאָסעלע,
פֿערפֿעלעך מיט ראָסל סאָסעלע,
קנאָבל־זופּקעס האָבן זײ נישט ליב,
און חיהלע ס'מיזיניקל ―
דאָס איז גאָר אַ מין מפֿונקל,
און קײן גראָשן איז נישטאָ אין שטוב,
אױ, און קײן גראָשן איז נישטאָ אין שטוב.
― װאָס האָבן מיר צו מיטאָג הײַנט? ―
אַרײַן אין שטוב קומט חיה ―
כ'װיל באָבעלעך מיט קליסקעלעך
מיר שמעקט דאָס אַ מחיה!
― געהערט אַ חוצפּה, באָבעלעך
מיט קליסקעס איר גאָר שמעקן,
כ'האָב הײַנט געקאָכט אַ קנאָבל־זופּ,
װעסט אָסור זיך נישט קרעקן.
קאַרטאָפֿל־זופּ װיל יאָסעלע,
פֿערפֿעלעך מיט ראָסל סאָסעלע,
חיהלע שרײַט: מאַמעניו, מיר גיב,
אױ, באָבעלעך מיט קליסקעלעך,
סלינע רינט פֿון זײערע פּיסקעלעך,
און קײן גראָשן איז נישטאָ אין שטוב,
אױ, און קײן גראָשן איז נישטאָ אין שטוב.
װאָס טוט זיך דאָ? ― פֿרעגט ס'מאַנעלע,
דערזעענדיק מיך בײזלעך, ―
װאָס זיצט איר אַזױ ברוגזלעך,
אַראָפּגעלאָזט די נעזלעך.
― געהערט אַ חוצפּה, אָך און װײ,
פּרנסה־געבער מײַנער!
געקאָכט אַ פֿײַנע קנאָבל־זופּ
און עסן װיל נישט קײנער.
קאַרטאָפֿל־זופּ װיל יאָסעלע,
פֿערפֿעלעך מיט ראָסל סאָסעלע,
באָבעלעך מיט קליסקעס איר נאָר גיב,
נו, קאָך זײ פֿײַנע שפּײַזעלעך,
װי אין יענע רײַכע הײַזעלעך,
אַז קײן גראָשן איז נישטאָ אין שטוב,
אױ, קנאָבל־זופּ האָט אױך מײַן מאַן נישט ליב.
|