דער ייִד אין װעג (טרילאָגיע) מאַרק װאַרשאַװסקי I. דער חלום דאָרטן אונטער דעם בױם שלאָפֿט זיך רויִק דער ייִד... אױ זײַן פּנים איז שװאַרץ, יעדער אבֿר איז מיד, יעדער אבֿר איז מיד; און צעבלוטיקט די פֿיס... נאָר ער שלאָפֿט אַזױ שטאַרק, נאָר ער שלאָפֿט אַזױ זיס!... ער איז איצטער אין װעג אי בײַ טאָג אי בײַ נאַכט, ער איז איצטער אין װעג אי פֿאַרשטױבט אי פֿאַרשמאַכט. יעדער אבֿר איז מיד; און צעבלוטיקט די פֿיס... נאָר ער שלאָפֿט אַזױ שטאַרק, נאָר ער שלאָפֿט אַזױ זיס!... ניטע, װעקט אים ניט אױף ― װױל דעם אָרעמען ייִדן! גײט פֿאַרבײַ, גײט אַװעק! לאָזט אים רוען צופֿרידן! אין שלאָף פֿילט ניט דער מענטש אַזױ ביטער דעם שמאַרץ; אין שלאָף רוט די נשמה, דאָס פֿאַרביטערטע האַרץ... און עס חלומט זיך אים גרינע װעלדער אין טאָל, בלומען בליִען אױף זײ אָן אַן עק, אָן אַ צאָל... און װאָס טיפֿער ער גײט אי װאַלד־אױס אי װאַלד־אײַן ― שײַנט די זון אױף אים מער מיט איר פּראַכט, מיט איר שײַן... ער דערמאָנט זיך אַצינד אָן אַמאָליקער צײַט װי פֿיל לײד, װיפֿל צער ― ער האָט נעבעך געהאַט... ער דערמאָנט זיך אַצינד ― אױ די צײַט איז ניט װײַט ― ס'איז פֿאַרשװוּנדן די צײַט און פֿאַרװײעט װי דער רױך... און די זון און די זון שײַנט און שפּיגלט זיך הױך!... ניטע, װעקט אים ניט אױף ... דאָרטן אונטער דעם בױם... און סע חלומט זיך אים גאָר אַ נײַע מין װעלט, אַזױ גרױס װי די װעלט, זעט ער, ציט זיך אַ פֿעלד... ייִדן שנײַדן און זאַמלען און בינדן דאָס ברױט... ― די זון זעצט זיך דער הימל איז פֿײַערדיק רױט... און זײ רופֿן צו גאָט: „מיט דײַן האַנט, מיט דײַן מאַכט האָסטו אָפּגעטײלט טאָג פֿון דער נאַכט, גרױסער גאָט.“ און דער באַרג, און דער טאָל זינגען אַלע „אחד“ ניטע, װעקט אים ניט אױף ... דאָרטן אונטער דעם בױם... און סע חלומט זיך אים, אַז ס'איז יום־טובֿ אַצינד און ער זיצט אין דער הײם מיט זײַן װײַב, מיט זײַן קינד... ס'איז אַ ברכה פֿון גאָט ― ער האָט יום־טובֿ געמאַכט, און ער שמײכלט צום קינד, און ער קושט עס און לאַכט... און ער זאָגט צו דעם קינד: „עס דאָס שטיקעלע ברױט!“... און ער זאָגט צו דעם קינד: „דו װײסט קײן מאָל קײן נױט!“... און ער זאָגט צו דעם קינד: „װײסט קײן צער און קײן פּײַן!“ און ער זאָגט צו דעם קינד: ,פֿאַר דײַן קאָפּ זאָל מיר זײַן!" ניטע, װעקט אים ניט אױף ... דאָרטן אונטער דעם בױם... II. שטײ אױף! אונטער דער סצענע הערט מען זינגען אײניקע מענער־שטימען (באַסן), דער כאָר איז אױף דער סצענע. די זון שטײט הױך, די װעלדער בליִען, פֿון צפֿון װײעט אַ קילער װינט. שטײ אױף מײַן האַרץ ― ניט װײַט איז ציון, געשלאָגן האָט די שעה אַצינד. כאָר, ביס שטײ־אױף, מײַן האַרץ ― און האָב ניט מורא, ניט יאָגן װעט נאָך דיר דער פֿײַנט ― פֿאַר דיר װעט גײן די הײליקע תּורה און אױסגעשטרעקט װעט זײַן מײַן האַנט!... דו האָסט גענוג, מײַן האַרץ, געליטן אױף יעדן שריט, אױף יעדן טריט; האָסט ניט געהאַט קײן טאָג קײן גוטן, דו האָסט גענוג פֿאַרגאָסן בליט... כאָר, ביס שטײ־אױף... דו האָסט געװײנט, דו האָסט געבעטן, כ'האָב דיך דערהערט אין מײַן געצעלט ― איך האָב צעבראָכן דײַנע קײטן, איך האָב געעפֿנט דיר די װעלט... כאָר, ביס שטײ־אױף... III. די טעכטער ציונס זינגען די סצענע שטעלט פֿאָר אַ באַרג. אױף דעם באַרג זיצן יונגע מײדלעך און קינדער מענער זינגען, כאָר קאַנטאָר אױ, הער ישׂראל ― אָט דאָס איז אונדזערע הײליקע תּורה, פֿאַרבאָרגן אין איר ליגט דאָס הײליקע געבאָט ― די װעלט האָט געװאָלט אונדז פֿאַרשטױסן אָן מורא, נאָר אַנדערש האָט גאָט מיט זײַן װילן געדאַכט, גרױסער גאָט! ס'גיסט מער קײן בלוט, און דאָס האַרץ שלאָגט אָן פּחד, אָן מורא... פֿרײַ ביסטו אַצינד מיט דײַן װײַב, מיט דין קינד ― װױל איז דיר! די שׂימחה איז גרױס ― ס'איז באמת אַצינד שׂימחת־תּורה! װי העל שײַנט די זון ― ס'איז אוממעגלעך צו קוקן אין איר! די מײדלעך און קינדער מיט בלומען גײען אַראָפּ פֿון דעם באַרג... זײ האַלטן בלומען און גירלאַנדן, און טאַנצן און זינגען די די טעכטער ציונס זינגען, די זיסע לידער קלינגען. װיבאַלד די לידער קלינגען בליט אױף ביז נאַכט דאָס פֿעלד! די זון קומט צו דערמאָנען די נאַכט: „אַװעק פֿון דאַנען ― איך מוז די װעלט באַשײַנען... אָן מיר איז ניט קײן װעלט!“ טענץ די הימל זענען אָפֿן, די נאַכט איז װײַט אַנטלאָפֿן ― מיט לעבן און מיט האָפֿן װערט ליכטיק דאָרט אין װאַלד... די טעכטער ציונס זינגען, די זיסע לידער קלינגען ― װיבאַלד די לידער קלינגען דאַן פֿרײט זיך יונג און אַלט!... די זון שטעט הױך, די װעלדער בליִען... דער ירדן װיגט זיך שטילערהײט... און דער לבֿנון קוקט אױף ציון, ― די אַלטע מוטער װײנט פֿאַר פֿרײד!... בײַם טאַנצן פֿאַלט דער פֿאָרהאַנג |