הײ, קלעזמאָרים
מרדכי געבירטיג
הײ, קלעזמאָרים, גוטע־ברידער!
איר באַקומט פֿון מיר אױף װײן ―
שפּילט מיר אױף אַ פֿרײלעך לידל,
שפּילט מיר אױף אַ פֿרײלעך לידל,
שלעפּט מײַן מרה־שחורה אײן.
טרױעריק איז מיר אױפֿן האַרצן,
כ'פֿיל, דאָרט עפּעס נאָגט און קװעלט;
ס'בענקט נאָך עפּעס מײַן נשמה
ס'בענקט נאָך עפּעס מײַן נשמה
און איך װײס נישט װאָס מיר פֿעלט.
שפּילט, פֿאַרװיגט מיט אײַערע טענער
מיר דעם אומעט אין מײַן הערץ,
װי מײַן מאַמע פֿלעגט פֿאַרװיגן
װי מײַן מאַמע פֿלעגט פֿאַרװיגן
מיט אַ לידעלע מײַן שמערץ.
שפּילט מיר אױף אַ פֿרײלעך לידל ―
עפּעס שפּילט איר טרױעריק הײַנט;
ס'װײנט דאָס פֿלײטל, ס'װײנט דער פֿידל ―
ס'װײנט דאָס פֿלײטל, ס'װײנט דער פֿידל ―
אַלץ אַרום מיר עפּעס װײנט.
הײ, קלעזמאָרים, גוטע־ברידער!
איר באַקומט פֿון מיר אױף װײן ―
שפּילט מיר אױף אַ פֿרײלעך לידל,
שפּילט מיר אױף אַ פֿרײלעך לידל,
שלעפּט מײַן מרה־שחורה אײן.
|