אַזעלכע צװײ גאָלדענע צעפּ
מרדכי געבירטיג

כ'בין, בײלקע, פֿאַרצײַונג דיך בעטן געקומען,
כ'בין שרעקלעך אין צאָרן געװען ―
	כ'האָב שיִער װאָס נישט נעכטן אַ האַרצשלאָג באַקומען,
	װען כ'האָב אָן די צעפּ דיך דערזען.

און דאָך װיל איך, בײלקע, דו זאָלסט מיר דערקלערן,
מעגסט װידער מיר װײַזן די טרעפּ,
	װי פֿאַלסטו אױס פּלוצלונג אַראָפּ זיך צו שערן
	אַזעלכע צװײ גילדענע צעפּ.

גיב, בײלקע, איך בעט דיך, אַ קוק נאָר אין שפּיגל,
און זאָג מיר, צי זעסטו נישט אױס
	אַזױ װי אַ טײַבל מען שנײַדט אָפּ די פֿליגל,
	גלײַך װי פֿון שפּיטאָל װאָלסט אַרױס.

דער רוח זאָל שױן נעמען די פֿינצטערע מאָדע,
װאָס פּלאָגט און פֿאַרדרײט אײַך די קעפּ,
	אָט ליגן װי מתים פֿאַרפּאַקט אין קאָמאָדע
	אַזעלכע צװײ גילדענע צעפּ.