נאָך אַ גלעזעלע װײ.
מרדכי געבירטיג
בערעלע, מײַן ליבינקער,
כ'האָב צו דיר אַ בקשה,
― פּערעלע, מײַן ליבינקע,
װאָס איז דײַן בקשה?
― װען מיט מזל איך װעל האָבן
אַ ייִנגעלע אין פֿרײדן,
װיל איך אונדזער קינד זאָל הײסן
־ נאָך מײַן פֿרומען זײדן.
― פֿאַרװאָס עפּעס נאָך דײַן זײדן?
כ'האָב דאָך אױך אַ דעה,
האָסט דאָך ערשט געהאַט אַ מײדל
נאָך דײַן באָבע לאה.
― בערעלע, מײַן מאַנעלע,
כ'װיל דיך עפּעס דערמאַנען ―
― פּערעלע, מײַן װײַבעלע,
װאָס װילסטו מיך דערמאָנען?
― דו פֿאַרגעסט, אַז אונדזער לײבקע
הײסט שױן נאָך דײַן זײדן,
פֿאַרװאָס קלױבסטו זיך די יונגען,
װאַרפֿסט מיר צו די מײדן?
― און דו פֿאַרגעסט, אַז נאָך דײַן מאַטן
הײסט דאָך אונדזער נחום,
ער איז דערפֿאַר אין אים געראָטן ―
נישט קײן גרױסער חכם.
― בערעלע, מײַן טײַערער,
כ'װיל דיר עפּעס זאָגן ―
― פּערעלע, מײַן טײַערע,
װאָס װילסטו מיר זאָגן?
― װאָס־זשע דאַרף מען איצט זיך קריגן,
לאָמיר נאָר דערלעבן,
װעל איך דװקא נאָך מײַן זײדן
ס'קינד אַ נאָמען געבן.
― װאָס־זשע טאַקע איצט זיך קריגן
און אומזיסט צו רײדן,
אפֿשר װעט גאָר זײַן אַ צװילינג ―
ס'קען גאָר זײַן צװײ מײדן.
|