אַ ייִדיש ליד פֿון רומעניע
מאַרק װאַרשאַװסקי

אַז מען צאַפּט פֿון מיר דאָס בלוט אַרױס
און מען מוטשעט מיך פּאַמעלעך,
לאַך איך מיך גוט פֿון מײַנע שׂונאים אױס
און גײ מיר נאָר אַ פֿרײלעך!...
איך טאַנץ װי דער חתן מיט דער כּלה ―
פּליעסקעט, פּליעסקעט אַלע!

	אַז מען צאַפּט פֿון מיר דאָס בלוט אַרױס
	און מען מוטשעט מיך פּאַמעלעך,
	לאַך איך מיך גוט פֿון מײַנע שׂונאים אױס
	און גײ מיר גאָר אַ פֿרײלעך.

ס'איז געװען אַמאָל אַן ערגערע צײַט,
גלױבט מיר, בנאמנות,
פֿון דעם טױט זענען מיר געװען ניט װײַט,
נאָר גאָט האָט געהאַט רחמנות:
געשלאָגן האָט ער אַלע כלאָפּעס,
געפֿאַלן זענען זײ װי סנאָפּעס...

	ס'איז געװען אַמאָל אַן ערגערע צײַט, ...

אַװדאי איז אונדז געװעזן גוט...
װאָס האָט מען דאָ צו קלערן,
מען האָט זיך געבאָדן אין אונדזער בלום
און אין אונדזערע טרערן.
האָבן געמאַכט פֿון דעם אַ געלעכטער!

	אַװדאי איז אונדז געװעזן גוט...

לאָז מען מוטשען מיך אַפֿילו מער ―
זאָג איך דיר צו, אױ פֿאָטער,
איך װיל ניט פֿאַרגיסן קײן אײנציקע טרער,
איך הער זײ װי דעם טאָטער!
זאָגט װאָס האָב איך מורא? ―
גאָט און אונדזער תּורה!

	לאָז מען מוטשען מיך אַפֿילו מער ―....

װאָס־זשע דאַרף מען ברידער, אומעטיק זײַן?
עס איז אַן עבֿירה, כ'לעבן, אַ גרױסע ―
אַמער טראָגט־אַרײַן אַן עמער װײַן
לאָמיר בעסער מאַכן אַ כּוסע!
זיך מוטשען און זינגען לידער ―
פּליעסקעט, פּליעסקעט, ברידער!...

	װאָס־זשע דאַרף מען ברידער, אומעטיק זײַן?...