גאָט איז אַ פֿאָטער מאַרק װאַרשאַװסקי אַ ליד פֿון רומעניע כאָטש כ'בין פֿאַרשאָלטן דאָ פֿון יעדן ― אױ, אױ, אױ כאָטש כ'לעב אין צרות און אין לײדן ― אָט אַזױ! נאָר װי פֿאַרן עמוד, זינג איך תּמיד: גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ! איר שלאָגט מיט אײַזערנע מיך ריטער ― אױ, אױ, אױ! איר מאַכט מײַן לעבן שװער און ביטער ― אָט אַזױ! נאָר בנאמנות, ס'איז אָן סכּנות: גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ! איר מעגט מיך מוטשען, מיר דערקוטשען ― אױ, אױ, אױ! מיך שלאָגן, יאָגן, שטעכן, ברעכן ― אָט אַזױ! אױ־װײ! אױ־װײ!! גם זו לטובֿה, גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ! איך קאָן קײן ברױט די קינדער געבן ― אױ, אױ, אױ! ס'איז נאָר אַ װוּנדער װי זײ לעבן ― אָט אַזױ! אױ ניטע, קינדער, ס'איז ניט קײן װוּנדער: גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ! צ'איז אונדזער מזל שױן באַגראָבן ― אױ, אױ, אױ! צי װעלן מיר אױף שבת האָבן ― אָט אַזױ! אױ דבֿורה לעבן, גאָט װעט געבן: גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ! דער פֿעטער פּסח קומט צו לױפֿן ― אױ, אױ, אױ! גײ פּרוּװ אױף יום־טובֿ מצות קױפֿן ― אָט אַזױ! אױ דבֿורה, דבֿורה, האָב ניט מורא: גאָט איז אַ פֿאָטער―אױ! אױ! אױ! דער װינטער איז מיט כּעס געקומען ― אױ, אױ, אי! צװײ שײטלעך האָלץ װוּ װעלן מיר נעמען ― אָט אַזױ! װאָס הער איך װעלטן, פֿרעסט און קעלטן? גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ! דו װײסט דער װינטער װעם פֿאַרפֿליִען, אױ, אױ, אױ! איך זע, די זון גײט אױף אין ציון ― אָט אַזױ! פֿון הײסע טרערן װעט װאָרעם װערן ― גאָט איז אַ פֿאָטער ― אױ, אױ, אױ! |