װער דער ערשטער װעט לאַכן
מרדכי געבירטיג
כ'װעל זיכער, אַבֿרהמל, דער ערשטער נישט לאַכן,
איך װעט זיך, מעגסט װי נאָך זיך װיצלען,
כ'װעל נעמען אין זינען מיר טרױעריקע זאַכן,
נו, מעגסטו אַפֿילו מיך קיצלען.
― װעסט לאַכן, איך װעט זיך,
װעסט, שלמהלע, שױן לאַכן,
איך האָב אַ מיטל גאָר אַ װױלע זאַך ―
מעגסט האָבן זיך אין זינען
די טרױעריקסטע זאַכן,
װעט מוזן זײַן בײַ דיר דער ערשטער לאַך.
דאָס ערשטע, אַבֿרהמל, נעם איך מיר אין זינען.
מײַן אָרעמען טאַטן דעם שװאַכן,
װאָס זוכט אַרום אַרבעט און קען נישט געפֿינען,
נו, װעט זיך מיר גלוסטן צו לאַבן?
― װעסט לאַכן, איך װעט זיך,
װעסט שלמהלע, פֿאַרשפּילן,
איך האָב אַ מיטל גאָר אַ װױלע זאַך:
כ'װעל מיאַוקען װי אַ קעצל
און װי אַ הינטל בילן,
װעט מוזן זײַן בײַ דיר דער ערשטער לאַך.
― איך װעל זיך דערמאַנען, כ'האָב נעכטן אין חדר
די סדרה װאָס גײט הײַנט פֿאַרגעסן,
דער רבי, ער װיל נאָר כ'זאָל לערנען כּסדר,
ער װײסט נישט װי מיר װילט זיך עסן.
― װעסט לאַכן, איך װעט זיך,
װעסט נישט זײַן אַזאַ שלעכטער,
שטעל אײַן אַ קנעפּל, כ'שטעל אַקעגן פֿיר,
װעסט האַלטן זיך די זײַטן
און קײַכן פֿון געלעכטער,
דערזעענדיק װאָס איך האָב דאָ בײַ מיר.
און כ'װעל זיך דערמאָנען דעם רבינס צאָרנדיק פּנים,
װען ר'האָט מיך גענומען פֿאַרהערן,
נאָך האָב איך פֿון קאַנטשיק פֿיל בלאָע סימנים,
געװײנט פֿון יסורים מיט טרערן.
― װעסט לאַכן, װעסט לאַכן,
אַהער גיב שױן דאָס קנעפּל,
זע, שלמהלע, װאָס איך האָב דאָ פֿאַר דיר!
אַ זעמעלע מיט פּוטער,
און הערינג אַ פֿײַן קעפּל,
אַנו, זאָג, שלומקע, װער װעט לאַכן פֿריִער?
― אַ זעמעלע מיט פּוטער
און הערינג אַ פֿײַן קעפּל,
כ'װעל מאָרגן װידער װעטן זיך מיט דיר.
|