דער אמת
מאַרק װאַרשאַװסקי
לאָמיר דעם אמת, ברידער, זינגען,
װײַט, הױך זאָל ער אױף דער װעלט קלינגען!
אױף אמת שטײט דאָס גאַנצע לעבן...
דעם אמת האָט אונדז גאָט געגעבן!
אמת! אמת!
דעם אמת האָט אונדז גאָט געגעבן!
דער אמת איז די הײליקע תּורה!
זאָגט הױך דער װעלט דאָס װאָרט אָן מורא...
װי באַלד דער מענטש װעט בעסער װערן,
װעט אױך די גאַנצע װעלט דאָס שװערן...
אמת! אמת!
װעט אױך די גאַנצע װעלט דאָס שװערן...
אױ, װיפֿל טרערן איז פֿאַרגאָסן,
אױ, װיפֿל טײַכן בלוט געפֿלאָסן,
נאָר פֿאַר דעם טױט און אונטער שטײנער
בלײַבט אונדזער שירה: „גאָט איז אײנער!“
אמת! אמת!
בלײַבט אונדזער שירה: „גאָט איז אײנער!“
דאָס װײס דער מענטש, דאָס װײַט דער מינדסטער:
אָן אמת איז ראָט לעבן פֿינצטער;
אָן אמת איז דער מענטש אַ קרבן,
אָן אמת איז ער זי געשטאָרבן!
אמת! אמת!
אָן אמת איז ער זי געשטאָרבן!
כאָטש װײַט פֿאַריאָגט, כאָטש װײַט פֿאַרטריבן,
דער אמת איז אונדז פֿאָרט געבליבן...
ער איז פֿאַר אונדז אַ קול־מבֿשׂר,
ער קומט װי בױמל אױף דעם װאַסער!
אמת! אמת!
ער קומט װי בױמל אױף דעם װאַסער!
לאָמיר דעם אמת, ברידער, זינגען,
װײַט, הױך זאָל ער אױף דער װעלט קלינגען!
אױף אמת שטײט דאָס גאַנצע לעבן...
דעם אמת האָט אונדז גאָט געגעבן!
אמת! אמת!
דעם אמת האָט אונדז גאָט געגעבן!
|