די נאַכט קומט אָן צו שװעבן
מרדכי געבירטיג

װידער איז אַ טאָג אַװעק,
די נאַכט קומט אָן צו שװעבן,
נענטער מיט אַ טאָג צום ברעג,
װוּ ס'ענדיקט זיך דאָס לעבן;
װידער איז אַ נאַכט פֿאַרבײַ,
ס'איז װידער טאָג געװאָר,
	אַזױ יאָגן זיך די צװײ
	שױן לאַנגע, לאַנגע יאָרן.

אַזױ יאָגן זיך די צװײ,
נישט מער צוריק זיך קערן,
מיט אַ זיפֿץ באַגלײט איך זײ,
און קוק זײ נאָך מיט טרערן ―
און זײ פֿליִען, גלײַך פֿון זײ
װיל קײנער זײַן דער צװײטער,
	ס'קומען טעג און נעכט אױפֿסנײַ ―
	אַ בליק און לױפֿן װײַטער.

אַזױ פֿליִען אָן שום ציל
די טעג שױן לאַנגע יאָרן,
פֿון דעם נאַריש װילדן שפּיל
שױן אַלט און קראַנק געװאָרן.
װי לאַנג נאָך, איר נעכט און טעג,
װעט איר זיך אַזױ יאָגן?
	מאַכט אַ סוף שױן צום געיעג,
	כ'קענ'ס לענגער נישט פֿאַרטראָגן.