די ליאַלקע
מרדכי געבירטיג
קום, שלמהלע ליבער, נעם ס'װיגל מיט זיך,
מיר װעלן זיך שפּילן אַצינד.
דו װעסט זײַן דער טאַטע, די מאַמעניו איך,
די ליאַלקע װעט זײַן אונדזער קינד.
דו װעסט אַהײם קומען, נישט ברענגען קײן געלט,
און איך װעל זיך קריגן מיט דיר:
אױ, גזלן! דאָס קינד נעבעך ציטערט פֿון קעלט
און דו קױפֿסט קײן שיכלעך פֿאַר איר.
דו װעסט אַהײם קומען פֿאַרזאָרגט און פֿאַרטראַכט
און איך װעל מיט כּעס צו דיר צו:
אױ, גזלן! דאָס קינד נעבעך הונגערט און שמאַכט,
אױ, װאָס פֿאַר אַ טאַטע ביסטו!
און װעט דאָס קינד װײנען, ס'װעט הונגעריק זײַן,
אין שטוב נישט קײן ברױט, נישט קײן געלט,
נו װעל איך עס שעלטן: אַ מיתה נעם אײַן!
אַזױ װי מײַן מאַמע מיך שעלט.
|