אַ בריװ פֿון אַמעריקע
מאַרק װאַרשאַװסקי
טײַערע מאַמע, טײַערע מוטער, ―
דו מײַן טײַער כּשר האַרץ,
צי װײסטו װי איך װײן אַזױ ביטער
און װי טיף איז דאָ מײַן שמאַרץ?
װאָס װאָלט איך ניט אַװעקגעגעבן,
איך זאָל טאָן אױף דיר אַ בליק!
איך װאָלט פֿאַר דיר געשטרעקט דאָס לעבן,
איך זאָל קומען צו דיר צוריק!...
נאָר ס'איז ניט די דאָזיקע יאָרן
װאָס מען קען גיך טאָן אַלצדינג:
מאַמע, כ'קען צו דיר ניט פֿאָרן ―
שרײַבן איז מיר דאָס ניט גרינג!
לאהניו לאָזט ניט, זי האָט מורא,
פֿאַר דעם „פּריזיװ“ ציטערט זי,
און מײַן פּיצעלע קינד, מײַן דבֿורה,
האַלט מיך מיט אירע הענטלעך צו.
אַז איך זע זי, װערט מיר גרינגער:
דו זאָלסט הערן װי זי רעדט!
װי זי װײַזט מיטן גרױסן פֿינגער
אױף דער באָבעניוס פּאַטרעט...
און מײַן שײנער יונג, מײַן סאַני,
אַרבעט ― גאָלדענע האָט ער הענט!
משהלע זאָגט שױן „מודה־אַני“,
רחלען װאָלסטו ניט דערקענט...
דו דערמאַנסט זײ מן־הסתּמה
און דו בענטשט זײ אַװדאי דאָרט...
זײ גריסן, קושן דיך, טײַערע מאַמע, ―
זײַ געזונט!...נאָר נאָך אײן װאָרט:
אַז װעסט אױף דעם בית־עולם קלאָגן ―
יאָרצײַט האָבן מיר ערבֿ־שבֿועות ―
זאָלסטו דאָרט דעם טאַטן זאָגן,
אַז איך שיק אים אָפּ אַ גרוס...
טײַערע מאַמע, טײַערע מוטער,
דו מײַן טײַער כּשר האַרץ,
צי װײסטו װי איך װײן אַזױ ביטער
און װי טיף איז דאָ מײַן שמאַרץ?...
|