די באָבע
מאַרק װאַרשאַװסקי
כ'ליג און טראַכט
טאָג װי נאַכט
גאָט זאָל מיך דערהערן ―
ביסט שױן באַלד
צװאַנציק אַלט
צײַט אַ חתן װערן.
אונדזער שטאָט
איז אַ סאָד,
װאַקסן דען ניט בלומען?...
קלױב דיר אױס
פֿון זײ אַ רױז
מיר צוליב, בנימין.
צִירעְלי,
מירעלי,
גאָלדענע צװײ קינדער;
גיטעלי,
ריטעלי ―
כַ'זאָג דיר: גאָר אַ װוּנדער!
פּערעלי,
שׂרהלי
גאָר צװײ שײנע טױבן!
פּעסעלי,
גנעסעלי ―
װאָס איז דאָ צו קלױבן?
חנהלי,
ברײַנעלי ―
אױ אַ דימענט יעדע...
רחלי,
ברכהלי ―
הימל־שטערן בײדע!
הינציניו,
שפּרינציניו ―
קענען נאָר געפֿעלן!
ריקעלי,
מיקעלי ―
פֿאַרן קײסער נאָר צו שטעלן!
כ'ליג און טראַכט
טאָג װי נאַכט:
װאָס איז דאָס מיט דיר, בנימין?
ביסט שױן באַלד
צװאַנציק אַלט ―
און ביסט אַ בחור נאָך, בנימין?
אונדזער שטאָט
איז אַ סאָד
פֿון הױלע שײנע בלומען...
קלױב דיר אױס
פֿון זײ אַ רױז
מיר צוליב, בנימין!
|